ערשטנס , וויבאלד מען פארקויפט עס נישט איבעראל . און צווייטנס , עס זעט טאקע אויס זייער שיין אבער אין די וועלט איז אנגענומען אז עס האט נישט עפעס א באזונדערע גוטע טעם , כאטש איך פערזענליך האב שוין יא געהערט פון מענטשן וועלכע האבן דווקא ליב די פרוכט .
ווען און וואו איז די אויסשטעלונג ?
דאס איז ביי א פרייטאג צונאכטס שבע ברכות , וואס איז באשטעלט געווארן אלץ חלק פון די באטע פאר נאך די סעודה . דאס איז פארגעקומען אין א האטעל .
דאס איז צוגעגרייט געווארן פאר שבת , און מען האט עס ארויסגעברענגט ביי די " עונג שבת " נאך די סעודה .
וויפיל פרוכט האט מען גענוצט פאר די אויסשטעל ?
עס איז שווער צו זאגן גענוי . מען האט גענוצט אן ערך פון פינף וואסערמעלאנעס , אכט קאנטעלאפס , אכט האנודא , א באקס פון פיינעפל , א באקס פון רויטע טרויבן און א באקס פון גרינע טרויבן , די צאל פון מענגא , גרעיפפרוכטן , מאראנצן און נאך קלענערע סארט פרוכטן געדענק איך נישט .
פארוואס איז אזוי שטארק אנגענומען אז מען באשטעלט פרוכט אויסשטעלונגען פאר גרויסע אוונטן ?
פאר אסאך סיבות . צוערשט , פרוכט איז עפעס וואס
מען קען איבעראל עסן , און מען דארף נישט האבן א הכשר דערויף , ( אויסער אין ארץ ישראל וואו תרומות ומעשרות און שמיטה זענען שייך ) און דאס אז מען קען האבן עפעס הערליך וואס מען קען קויפן אויפן פלאץ מאכט עס אסאך גרינגער צו נוצן פרוכט .
פראקטיש גערעדט :
עס איז יעצט ערב חמשה עשר בשבט , די
פרוכט געשעפטן זענען שוין איבערגעפולט מיט ( כמעט ) יעדע סארט פרוכט , און אלע גרייטן זיך צו די חמשה עשר בשבט סעודה . מיר ווילן הערן פון אייך , וויאזוי קויפט מען איין פרוכט וואס איז " גוט " און " פריש " און וועט זיך האלטן לאנג ?
מען דארף האבן די אויגן אפן . שפאלטענעס און לעכער אין א פרוכט זענען פארשטייט זיך נישט קיין גוטע אנדייטונגען . די ערפארונג צו וויסן פונקט וועלכע