2 5 25 | Page 106

פרוכט איז א בעסערע וואו די אנדערע ווען אלע זעען אויס אין געשעפט די זעלבע , איז עפעס וואס אנטוויקלט זיך מיט די צייט און עס איז נישט עפעס וואס מען קען איבערגעבן .
איין זאך יא , די היימישע געשעפטן האבן שוין אין אלגעמיין די " גוטע " סחורה וואס מיר זוכן , און זיי טוען שוין די ארבעט פון באזייטיגן די נישט גוטע פרוכט .
אויף פילע פון אייערע פראיעקטן זענען דא אריינגעקריצטע ווערטער . דארף מען ספעציעלע געצייג דערפאר , אדער איז דא א וועג וויאזוי מען קען אליין אויסקריצן זאכן אין א וואסערמעלאנע ?
איך נוץ נישט קיין ספעציעלע געצייג בכלל ווען עס קומט צו האנדלען מיט פרוכט ! אלעס ווערט געטון מיט מעסערס . די מעסערס וואס איך נוץ , זענען ספעציעלע שארפע מעסערס , וועלכע איך האב דערווייל נישט געטראפן אז די געשעפטן דאהי זאלן עס פארקויפן . דערווייל האב איך עס געקענט קויפן נאר אין ארץ ישראל
וויאזוי ווערן די אותיות געשניצט מיט אזא פינקטליכקייט ?
די אותיות שרייב איך ערשט אויף א פאפיר , דערנאך נוץ איך די פאפיר אלץ סקעטש און איך לייג עס ארויף אויפן מעלאנע און איך קריץ אויף דעם . די זעלבע איז מיט לאגא פון קאמפעניס . ווען עס קומט אבער צו אנדערע סארט דעקאראציעס , א שטייגער ווי א פרעם , א בלום , א קריץ , א . א . וו . טו איך עס נוצנדיג מיין ארט קענטעניסן אויפ ' ן פלאץ אן קיין פריערדיגע סקעטש . די זעלבע וועג ווי איך טו מיינע פעינטינגס אן קיין פריערדיגע סעמפלס
עס זענען דא צוויי סארטן וועגן וויאזוי צו מאכן אותיות אויפן מעלאנע . מען קען לאזן די גרינע שאלאכץ , און אריינשניידן בלויז וואו מען וויל די ווערטער , ( דאס קען מען אויך טון אויף צוויי שטאפלען , איינס דורך אריינשניידן ביזן פרוכט אז די רויטע קאליר זאל זיך באווייזן , אדער שניידן אביסל ווייניגער אז בלויז די ווייסע חלק זאל זיך אנטפלעקן .(
די צווייטע וועג , איז פונקט פארקערט עס איז דורך אפשיילן די גאנצע גרינע חלק און לאזן די גרינעם קאליר בלויז פאר די אותיות .
די קינסליכע מעסער וואס מושי נוצט פאר די פרוכט