עמיצער וואס וויל עס טון ביי זיך אינדערהיים זאל עס טון גאר שטייט און פארזיכטיג און נישט ערווארטן צו מאכן א פערפעקטע ארבעט באלד די ערשטע מאל .
פון וואו האט איר די אלע אינטערעסאנטע בייפעלער ?
פאר אסאך איינפעלער קוק איך זוך ארום אויף געוויסע זאכן וואס איך ווייס שוין אז מען קען נאשן איידיעס דערפון , און אסאך זאכן פאלט מיר ביי ממש אויפ ' ן פלאץ .
וועלכע פרוכט גייט די מערסטע אין אלגעמיין ?
עס זענען דא פרוכט וואס מען הייבט נישט אן אן דעם ווייל מען ווייסט אז די פרוכט וועט זיכער גלייך אויסגיין . וואסערמעלאנע , פיינעפל , האנודא , אראנדזש , קענטעלאפ , גרעפפרוכט , טרויבן , פיטשעס און מענגא זענען אלע אויף די ליסטע פון פרוכט וואס מוז גענוצט ווערן .
חוץ פון דעם זענען דא נאך אסאך פרוכט וואס מען לייגט צו געוואנדן לויט וועלכע סטיל מען זוכט .
יארן וואס איך בין אין ביזנעס , איז די דראגאן פרוכט געווען די טייערסטע פרוכט וואס איך האב געקויפט . עס פארקויפט זיך פאר כמעט צען דאלער א שטיקל !
די טייערקייט פון די אנדערע פרוכטן ווענדט זיך אין וועלכע סעזאן מען קויפט עס און ווי סאך דערפון איז געוואקסן אין די פעלדער . אפאר מאל זענען טשעריס טייער . טרויבן און סטארס זענען טייער אין אלגעמיין . פיל מאל אבער לוינט זיך די געלטער וויבאלד די אויבנדערמאנטע פרוכט געבן די גאנצע קאליר פאר ' ן אויסשטעל .
די ניי-אויפגעקומענע " פינק פיינעפל " ווערט קאלירט נאכ ' ן וואקסן ?
ניין , עס וואקסט שוין פינק , ביים איינפלאנצן שפילט מען זיך ארום מיט די קערלעך , וואס דאס מאכט עס וואקסן מיט די פינק קאליר .
עס איז טייערער ווי די געווענליכע געלע פיינעפל ?
יא .
וועלכע איז די טייערסטע פרוכט וואס איר קויפט איין ?
די פרייזן פון פרוכט טוישן זיך כסדר . דורכאויס די
איז די סטאר פרוכט א זאך וואס פארקויפט זיך בלויז אין דער אידישער מארקעט פאר חמשה עשר און פאר שהחיינו ' ס ?