2 5 25 | Page 104

ניין , עס איז א פרוכט וואס גייט איבעראל , כאטש אין דער אידישער מארקעט גייט עס טאקע מער . אפילו אין די אידישע מארקעט זענען סטאר פרוכט נישט באגרעניצט בלויז צו חודש שבט .
עס זענען דא מענטשן וואס האבן זייער ליב די טעם דערפון . פאר דעקארעשאן שפילט עס אויך א גרויסע ראלע . אין די אלגעמיינע וועלט נוצט מען עס אין רעסטוראנטן צו באשיינען פארציעס , און ביי היימישע שמחות להבדיל נוצט מען עס אויך פאר שיינקייט .
קענט איר מיטטיילן עטליכע טיפס וואס קענען מאכן א שטארקע חילוק ווען מען שטעלט אויס פרוכט ?
זיכער , אויב מען וויל אז די קאליר זאל ארויסקומען מיט ' ן פולסטן שטארקקייט , דארף מען לייגן ליכטיגע פרוכט נעבן די טונקעלערע פרוכט . צום ביישפיל , נעבן געלע פיינעפל זאל מען לייגן רויטע וואסערמעלאנע , און נעבן אויפגעשניטענע אראנדזשעס קען מען לייגן גרעיפ פרוכט . מען דארף אויך זיכער מאכן אז עס איז זענען נישט דא צופיל ליכטיגע קאלירן איינס נעבן די צווייטע ווייל דאס מאכט די גאנצע אויסשטעל / טאץ אויסזען פארכמורעט . מען דארף קענען ברעכן די קאליר , צי דורך מאכן א שטריך פון טינקעלע טרויבן , אדער טשעריס אדער דורך אנדערע שעפערישע וועגן .
פאר א געלונגענע אויסשטעל שפילט די דעזיין חלק א גרויסע ראלע . עס איז נישט נאר וויאזוי מען שניידט
די פרוכט , נאר אויך וויאזוי מען דעזיינט עס און וועלכע פראפס אדער טעצער מען נוצט .
און ווען עס קומט צו שניידן די פרוכט , וואס איז וויכטיג צו וויסן ?
עס איז גוט צו שיילן א פיינעפל מיט א מעסער . מען דארף גיין גענוג טיף אז עס זאל נישט בלייבן קיין שאלאכץ אויף דעם . די מעסער וואס מען נוצט זאל זיין גרויס , גראד און שארף , און מען זאל עס האלטן גלייך ווען מען שיילט די פרוכט .
עס איז דא א פשוט ' ע וועג וויאזוי קען מאכן א מענגא אלס א חלק פונעם דעזיין . מען שניידט אראפ א שטיקל מענגא פון ביידע זייטן ( מיט די שאלאכץ (, דערנאך שניידט מען אריין מיט א שארפע מעסער , געבנדיג אכטונג נישט אריינצושניידן אינעם שאלאכץ . מען מאכט מיט די מעסער שטריכן פון זייט צו זייט און פון אויבן אראפ . דאן שטופט מען ארויף די אינהאלט פון די פרוכט מיט ' ן פינגער איבערדרייענדיג די שאלאכץ .
גרעיפ פרוכטן און אראנדשעס קען מען אריינשניידן צו מאכן שיפע , טיפע שטריכן , ארום די גאנצע ברייט פון די פרוכט , און איינמאל מען ענדיגט שניידן און מען קומט צוריק צו די פלאץ וואו מען האט אנגעהויבן , ווערט די פרוכט פון זיך אליין צעטיילט אין צוויי , ווען יעדע האלבע איז א הערליכע בלום פאר זיך . ( קוקט זיך איין אויף די אויסשטעלונג פאר די exclusive פירמע צו זען וויאזוי עס דארף אויסצוזען ווען עס איז פארטיג .(