2 5 25 | Page 113

אינטערוויו
אינטערוויו
פרוכטן זענען א פראכטפולע זאך – ערצייגט דורך דער וועלט ' ס מייסטער ארטיסט , קדושא ברוך הוא אליין . די גרעסטע גרעפיקער-לייבן קענען נישט פאבריצירן אזא זאפטיגע רויט ווי די רויט פון א רייפע מעלאנע , עס איז נישט דא נאך איינער וואס קען פארבן גענוי די זויערע גרינע קאליר פונעם קיווי , אדער די קאנצענטרירטע אראנדזש , פונעם אראנדזש פרוכט .
אויסצורעכענען די הערליכע קאנטראסט פון די שאלאכץ צו דעם אינהאלט איז א באזונדערע חכמה פאר זיך און עס איז נישט עפעס וואס א בשר ודם קען ארויסגעבן . דערפאר איז פרוכט איינע פון די וועגן וויאזוי דעם " הדר כבוד " באווייזט זיך אויף אונזער שטאפל .
ווען עס קומט אן ארטיסט מיט זיינע געבענטשטע הענט , און נוצט איינע פון די הערליכסטע זאכן אינעם ברי ' אויסצושטעלן זיינע ווערק , זענען די רעזולטאטן דערפון עפעס אויסטערליש שיין און קינצליך .
שטייענדיג אין די ערב חמשה עשר בשבט טעג , האבן מיר זיך פארבינדן מיט משה קויפמאן צו הערן איבער זיינע פרוכט אויסשטעלונגען .
מאנכע קענען משה אלס איינער וואס שטעלט אויס פרוכט . אבער נאך אסאך איידער ער האט אנגעהויבן באהאנדלען פרוכט האבן זיינע געאיבטע הענט אויסגעדרוקט די שעפערישקייטן פון זיין קריעטיווע מח אויף אנדערע וועגן .