דוד ' ס גאנצער קערפער האט זיך געווארפן פאר שרעק . " לאז אים אפ , סאלדאט . איך געטרוי אים צו גיין אליין ."
דער סאלדאט איז ארויס , לאזנדיג דוד אלייין מיטן פרינץ .
ריטשארד האט זיך געוואנדן צום ארויסגאנג פון הויז און האט געוואונקען דוד נאכצוקומען . דערנאך איז ער ארויף אויף זיין פערד און האט געלאזט דוד נאכגיין פון אונטן .
נאך אפאר מינוט זענען זיי אנגעקומען צו א געצעלט . ריטשארד איז אריין , ווען דוד שלעפּט זיך ווייטער נאך נאך אים .
" הער אויס , ווילאדניק . דער בחור האט עובר געווען אויף מיין באפעל און עס קומט אים שלעק . נאר קוק אהער , ער איז נידריג און דאר , און אויב וועסטו אים דערלאנגען אזויווי דו טוסט מיט די איבריגע חברה דא , וועט ער זיך מער נישט אויפשטעלן נאכדעם . איז גיב אכט ; ער איז מיין חבר . איך דארף אים האבן ."
ווילאדניק האט אפגעמאסטן דוד ' ן מיט זיינע טעכנישע בליקן , גענומען דעם בייטש אין האנט און געוויזן פאר דוד צו קומען שטיין אינמיטן שטוב .
דוד איז צוגעגאנגען מיט אַ שטרויכלדיגן קני . ווי נאר ער איז אנגעקומען אויפן אנגעוויזענעם ארט זענען די שמיץ געקומען צו פליען פון אלע זייטן .
דוד האט שווער געקרעכצט און ער איז געפאלן צו דער ערד . ערשט יעצט האבן זיך אנגעהויבן די ריכטיגע שלעק . דוד האט זיך געווארפן אויף דער ערד פון איין זייט צום צווייטן . נאך א קורצע צייט איז יעדער ביין זיינעם געווען פארווייטאגט , און דוד האט זיך צואוויינט אויפן קול .
" גענוג , ווילאדניק !" האט ער געהערט ריטשארד ' ס קול , און די מכות רצח האבן זיך געענדיגט , לאזנדיג דוד ' ן א צוביילטער , וויינענדיגער אויף דער ערד . דוד האט זיך געוואונדערט צי ווילאדניק האט געפאלגט דעם פריערדיגן באפעל , אדער קען א מענטש אמת ' דיג כאפן מער ווי דאס און בלייבן גאנץ ?!
ריטשארד האט געוואונקן צו עמיצן אינדרויסן פון געצעלט און יענער האט אויפגעהויבן דוד און אים געפירט צום בעט אין ' דוד ' ס שטוב '.
ריטשארד איז מיטגעקומען אבער דוד האט זיך אויסגעדרייט צו דער וואנט און נישט געוואלט קוקן אויף אים . ריטשארד האט פארשטאנען אז עס האט נישט קיין זין
אים צו פרובירן איבערבעטן יעצט .
" שלאף זיך אויס ' דוד . האסט געהאט א שווערן טאג . מיר וועלן רעדן מארגן ."
עס איז געוואָ רן טאג און די זון-שטראלן האבן פארפלייצט דוד ' ס שטוב . כאטש וואס דוד איז געווען געוואוינט אויפצושטיין גאר פרי צו העלפן זיין טאטן מעלקן די קיען , האט ער היינט פרובירט צו שטופן די צייט אין בעט .
צוויי שעה נאך זון-אויפגאנג איז ריטשארד אריינגעקומען אין שטוב . " שטיי אויף דוד . איך וויל רעדן מיט דיר ."
" איך קען נישט ארויסגיין פון בעט אָ ן זיך וואשן די הענט ," איז געווען דוד ' ס טריקענער ענטפער .
ריטשארד האט פארקנייטשט זיין שטערן מיט וואונדער . ער האט אבער געהייסן די דינער ברענגען וואסער אָ ן קיין איבריגע שאלות .
דוד האט זיך אפגעגאסן און איז ארויס פון בעט . " ווען דו ביסט גרייט קום צו מיין שטוב ." דוד האט זיך נאכגעשלעפט נאך אים אן קיין חשק .
ריטשארד האט אים געוויזן זיך צו זעצן ביים טיש . דאן האט אים דער פרינץ געשאנקען איינע פון זיינע לאנגע , טיפע בליקן .
" עס באדערט דיר די שלעק פון נעכטן ?" האט ער שטיל געפרעגט .
דוד האט געגעבן א האלבן שאקל מיטן קאפ . " ווען דו וואלסט מיך אהיימגעשיקט נאך דעם , וואלט איך דיר עס מוחל געווען ."
ריטשארד האט זיך צוקרעכצט . " מיר האט אזוי וויי געטון ווען מיין טאטע האט מיך אוועקגעשיקט פונדערהיים , און דאן האב איך עס איבערגעטון אויף דיר , הא ?"
דוד האט צוגעשאקלט .
ריטשארד האט זיך ווידער צוקרעכצט . " ווען איך וואלט געוואוסט ווי שווער דו וועסט עס נעמען , וואלט איך געטראכט נאכאמאל פאַ ר ' ן עס טון . אלע בחורים דא זענען
February 19 , 2025 SHOPPERS ROUTE 161