2 19 25 | Page 160

ווייט פונדערהיים . איך האב געמיינט דו וועסט זיך פרייען איבערצולאזן דאס דארפיש לעבן און קומען וואוינען מיט מיר . יעדער מענטש וואס איך האב נאר באגעגנט אין מיין לעבן האט אפן געוויזן אז די זאך וואס וועט זיי מאכן דאס מערסטע צופרידן איז מיין קירבות . פון וואו וואלט איך געקענט וויסן אז דו ביסט אנדערש ? דו פארשטייסט , דוד , אז איך גיי נישט צוריקציען נאך וואס איך האב דיך שוין אהערגעברענגט . קענסט מיר בעטן סיי וואס דיין הארץ באגערט , און איך וועל דיר עס צושטעלן . פארשטיי אז די הבטחה גיבט דיר דער קרוין-פרינץ ; איך האב דעם כח עס אויסצופירן . וועסט אויך קענען שרייבן בריוו צו דיין פאטער . אז ער וויל קען ער דיר שיקן פעקלעך , אבער דא מוזטו בלייבן .
" אבער פארוואס שמועסן מיר יעצט ?" האט זיך ריטשארד פלוצלינג געגעבן א שטעל אויף . " דו האסט נאך גארנישט געגעסן זייט דו ביסט אנגעקומען אהער . דו ביסט זיכער הונגעריג . וואס קען איך הייסן צושטעלן פאר דיר ?"
דוד האט געשאקלט זיין קאפ פון רעכטס צו לינקס . " איך בין א איד . איך וועל נישט קענען עסן ביי דיר נאר פשוט ' ע ברויט און אביסל פירות אדער ירקות ."
ריטשארד האט געשאקלט זיין קאפ אומצופרידן . " דו ביסט גענוג א שוואכינקער אזוי . וויאזוי וועסטו לעבן אויף אזוי ווייניג עסן ? זאג , דיין מאמע וועט מסכים זיין דיר ווייטער צוצושטעלן עסן יעדן טאג , און א דינער זאל דיר עס ברענגען ?"
דוד האט שוואך צוגעשאקלט מיטן קאפ ווען ער פילט ווי די ווערטער צודריקן זיין הארץ מיט צוואנגען . ' די מאמע ' ס עסן ... די מאמע ... דער טאטע ... זייער הארץ צעגייט זיכער פאר זארג . דאס גאנצע שטעטל קערט זיך מן הסתם איבער .'
ריטשארד ' ס ווערטער האבן איבערגעהאקט זיינע געדאנקען . " שרייב א בריוו צו דיין מאמען און א דינער וועט דאָ‏ ס גיין ערלעדיגן . א וואונדער אז דו ווילסט נישט דא בלייבן אָ‏ ן עסן ?! דוד , דו וועסט האבן אלעס דא . עס וועט דיר זיין גוט ..."
דוד איז אריבער צו דער שטוב וואס ריטשארד צווינגט אים צו רופן זיינס , און ער האט זיך געזעצט שרייבן א לאנגן בריוו צו טאטע-מאמע . ער האט זיי דערציילט אלעס וואס איז געשען מיט אים זייט ער האט זיי געזען לעצט און ווי שטארק עס איז אים מאדנע די אויפפירונג פון דעם פרינץ .
.... אויף זיין באפעל בין איך געשלאגן געווארן ביטערע קלעפ , ווען ער שטייט דערנעבן און זאגט ווען אנצוהייבן און ווען אויפצוהערן . פון דער אנדערער זייט פירט ער זיך אבער אויף אזוי שיין צו מיר , אז עס דאכט זיך באמת אז ער האט מיך ליב . ער האט מיר צוגעשטעלט דעם באקוועמסטן צימער הארט נעבן זיינס , און ער האט באפוילן די דינער צו פאלגן מיין באפעל ווי זיינעם . ער זאגט אז מיר וועלן זיך קענען שרייבן בריוו און שיקן פעקלעך , און איך האף זייער ער זאל מיך לאזן גיין באזוכן אין דארף על תנאי איך קום צוריק אין א באשטימטע צייט , ממילא וועט ער נישט קענען זיין צו באזארגט אז איך וועל אנטלויפן , ווייל עס איז גענוג מיטצושיקן מיט מיר בלויז איינעם פון די גיבורים דא , און איך בין א געפאנגענער אויך אויף דער פריי .
איך בענק זיך זייער צו אייך , כאטש איך האב אייך בלויז נעכטן געזען . אבער זייט געטרייסט אז כאטש איך בין ארומגענומען מיט חיות , באציט מען זיך צו מיר ווי צו א פרינץ .
לאמיר האפן צום איינציגן ג-ט אייער בן יחיד
דוד ' ל
דוד האט איבערגעגעבן דעם בריוו מיט פארטרערטע אויגן . ביז א קורצער צייט איז דער דינער געווען צוריק מיט א שמעקעדיגע , ווארעמע סעודה , דאפלט איינגעפאקט , מיט א קורצן אבער הארציגן בריוו פון טאטע-מאמע .
.... דער טאטע איז אריבער צום רב און דערציילט וואס האט פאסירט . עס האט זייער געשטערט פאַ‏ ר ' ן רב וואס דו ביסט ארויס אינמיטן לערנען . דער רב האט געבעטן מיר זאלן דיר איבערגעבן אז ער האט פארשטאנען אז עס איז דיר שווער מיטצוהאלטן דארט , אבער ארויסגיין פון בית מדרש אָ‏ ן קיין סיבה איז נישט כדאי . תורה היט א איד . דער רב איז מתפלל פאר דיר און ער האפט נאך צו לערנען מיט דיר אסאך . ג-ט וועט ענטפערן אונזערע תפילות בקרוב , אמן .
מיט ליבשאפט און בענקשאפט , דיין טאטע מאמע
טעג און וואכן זענען אריבער און דוד האט זיך צוביסלעך צוגעוואוינט צו זיין נייעם לעבנסשטייגער . ריטשארד האט געהאלטן וואָ‏ רט און ער האט אים אמת ' דיג צוגעשטעלט אלע זיינע באגערן . עסן איז געברענגט געווארן דריי מאל
160
SHOPPERS ROUTE February 19 , 2025