2 19 25 | Page 159

א טאג פריש פון מאמע ' ס קאך און ער האט געקענט בעטן פון די דינער סיי וואס עס האט זיך אים געגלוסט . ווי אויך פלעגט ער צולייגן א צעטעלע ווען דער דינער איז געגאנגען ברענגען דאס עסן , און זיינע געטרייע עלטערן האבן זיך געזארגט אים צוצושטעלן סיי וואס עס האט אים נאכאלץ געפעלט . זיינע פיזישע געברויכן זענען געדעקט געווארן אויף א ברייטן און געטרייען אופן ; דוד וואלט אבער גערן מוותר געווען דערויף און צוריקגעגאנגען אהיים .
אויף שבתים און ימים טובים האט דוד טאקע גע ' פועל ' ט מ ' זאָ‏ ל אים לאָ‏ זן אהיימגיין , און בלויז דער סאלדאט וואס ריטשארד האט אלעמאל מיטגעשיקט האט צעשטערט די הונדערט-פראצענטיגע הנאה פון אזעלכע צייטן . דוד פלעגט אויסניצן די טעג צום מאקסימום . דער רב , וועלכע האט זיך זייער געזארגט פאר דעם יונגן בחור ' ל וואס פירט דורך זיינע טעג אין אזא שענדליכע סביבה , האט געלערנט און פאַ‏ רברענגט מיט אים שעות לאנג יעדעס מאל ער איז אהיימגעקומען . דער רב האט פרובירט אריינצורוקן ווי מער פון די בעסטע סחורה אויף דער וועלט אין יעדן שיעור , און דוד פון זיין זייט , האט מיטגענומען די ספרים וואס ער האט געלערנט מיטן רב צוריק אין לאגער , און ער פלעגט חזר ' ן און חזר ' ן אין די פילע שעות פון די לאנגע וואכנטעג וואס ער איז געווען איינזאם צווישן גוים .
דוד האט אבער נישט געקענט ניצן די גאנצע צייט פאר לערנען און חזר ' ן , ווייל כאטש וואס דער פרינץ האט געהאט גענוג אויפגאבעס וואס האבן אים געהאלטן פארנומען , האט אבער דוד שטענדיג גענאסן פון זיין אויפמערקזאמקייט . די צוויי בחורים האבן פארברענגט לאנגע שעות אינאיינעם .
דער פרינץ האט זייער ליב געהאט צו רייטן מיט זיין פערד און ער פלעגט מיטנעמען דוד אויף לאנגע שפאצירן אין די וויסטענישן ארום דעם וואלד . ווען דער פרינץ האט געהערט אז דוד קען די מלכות ' דיגע שאַ‏ ך-שפיל , איז דאס אויך געווארן א חלק פון זייערע פארברענגען ווען די צוויי יונגע און שארפע מוחות שארפן זיך איינער דעם צווייטן .
און כאטש דוד האט נישט אויפגעהערט צו בענקען צו די טעג ווען ער האט געלעבט ביים טאטן אינדערהיים און איז געווען ארומגענומען נאר מיט אידן און אידישקייט א גאנצן טאג , און אויף א מינוט האט ער נישט פארגעסן ווער עס האט אים אוועקגעריסן פון דעם אלעם , האט ער זיך אבער געטראפן ליב האבן דעם פרינץ . פון אינדרויסן זענען אייביג אנגעגאנגען אלע כללים פון רעספעקט און אונטערטעניגקייט , ווי עס פאסט עס זאל הערשן צווישן א בן מלך און א פויער קינד , אבער כאטש וואס
February 19 , 2025 SHOPPERS ROUTE 159