ריטשארד האט שטענדיג געהאט די אויטאריטעט , האט אין אלגעמיין געהערשט צווישן די בחורים ליבשאפט און פארשטענדעניש .
***
" קוק , דוד , דא שלאפן די סאלדאטן ," האט ריטשארד געוויזן אויף אפאר שוואכע געצעלטן אין איין געגנט פון לאגער , נעמענדיג דוד אויף איינעם פון זייערע שפאצירן .
דוד האט באטראכט די הארטע האלצערנע געלעגערס . " אזוי ?! אויף הארטע האלץ ?! אָ ן קיין שטרוי ?! אָ ן קיין קישענעס , אָ ן קיין דעקעס ?!" האט ער געפרעגט מיט וואונדער .
ריטשארד האט געשאקלט מיטן קאפ . " עס וואלט מיר נישט געבאדערט זיי צוצושטעלן עפעס בעסערס . אבער טראכט אריין , דו מיינסט אויפן שלאכטפעלד וועלן זיי האבן בעסערס ? איך וועל זיך נאך טרעפן אויפן פראנט מיט פארשלאפענע קעמפער אויב זיי וועלן זיך נאר קענען אויסרוען אויף באקוועמע געלעגערס ..."
די בחורים זענען ווייטער געגאנגען . דאס קומענדיגע ארט זיך אפצושטעלן איז געווען די קאך און עסזאל .
דוד האט באטראכט ווי דער קעכער גרייט צו גרויסע שטיקער בשר בהמה . " אזעלכע פלייש וועסטו זיי דען יא קענען צושטעלן אויפן שלאכטפעלד ?" האט ער געפרעגט ריטשאַ רד מיט וואונדער .
ריטשארד האט געשמייכלט . " אז א מענטש געוואוינט זיך צו , קען ער זיך אינגאנצן אויסשלאפן אויף א הארטן געלעגער , אזוי אז עס זאל אים גארנישט פעלן . אבער עסן איז אנדערש . באלד וועל איך דיר ווייזן וועלכע איבונגען די קעמפער מאכן . איך קען עס נישט פאדערן פון זיי אָ ן דעם וואס איך זאל זיי שטארקן מיט קרעפטיגע שפייז . איך האף זייער אז אויך אויפן שלאכטפעלד וועל איך זיי קענען צושטעלן עסן וואס זעטיגט כאטש , אבער אפילו אז נישט , וועט נישט העלפן אז זיי וועלן זיין געוואוינט צו הונגערן . פונקט פארקערט , זיי וועלן שוין זיין אפגעשוואכט מלכתחילה .
דוד האט צוגעשאקלט און זיי האבן זיך געוואנדן ווייטער . ריטשארד האט געפירט דוד צו א שטיק פעלד וואו עס זענען געווען אויפגעשטעלט גרויסע שטאנגען אין פארעמס פון א ח '. ארום זיי זענען געווען צעשפרייט פויערן פון לאגער וועלכע האבן זיך געאיבט וויאזוי זיך ארויפצוציען אויף זיי
האלטנדיג די גאנצע אייגענע וואג אין די הענט . ריטשארד האט געלאזט דוד זיך צוקוקן אפאר מינוט .
" ווילסט פרובירן ?" האט ער דאן געפרעגט .
דוד האט זיך צולאכט . ווילנדיג צופרידנשטעלן ריטשארד האט ער פרובירט זיי צו נאכמאכן פאר אפאר מינוט . " דאס איז נישט איינע פון אונזערע מעלות ..." האט ער צום סוף געזאגט .
ריטשארד האט געוויזן פאר די קעמפער זיך אוועקצורוקן ; ער האט זיך דערווייטערט אפאר טריט פון די העכסטע פאר אייזענעס , דאן איז ער צוגעלאפן דערצו מיט קראפט . ריטשארד האט זיך ארויפגעצויגן דערויף , ביז זיינע לענדן זענען אנגעקומען העכער ווי דער העכסטער אייזן . ער איז ווי געשטאנען אין דער לופט פאר א שטיק צייט , שמייכלנדיג גוטמוטיג צו דוד . דאן האָ ט ער געגעבן א שפרינג אראפ און ער האט זיך געלאזט ווייטער אויפן שפאציר .
אביסל אפגערוקט פון דער גרופע מיט די אייזנס , איז געווען א גרופע וואס האבן זיך געאיבט מיט הייבן שווערע שטיינער . ריטשארד איז צוגעגאנגען צו איינעם פון זיי און ער האט אים געוויזן אויף א גרעסערן שטיין וואס איז געשטאנען אין א זייט .
" האלט עס ," האט ער קורץ באפוילן .
דער יונג איז צוגעגאנגען צום שטיין און מיט זיין גאנצן כח האט ער נישט באוויזן מער ווי צו געבן א קער דעם שטיין און עס איז באלד צוריקגעפאלן . דער יונג איז געווארן רויט און דערשראקן .
" פטור פון שטראף ," האט ריטשארד געזאגט , און יענער האט אפגעצויגן פון ארט .
ריטשארד האט געוויזן פאר דוד זיך צו רוקן . דאן האט ער פלינקערהייט געגעבן א ווארף דעם זעלבן שטיין אין דער לופט , און ער האט עס אויך צוריקגעכאפט ווי עס וואלט געווען א ליידיגער באָ ל . דאן האט ער צוריקגעלייגט דעם שטיין אויפן ארט , און ער איז זיך געגאנגען אָ ן א ווארט , ווען אלע קוקן אים נאך מיט התפעלות .
" גאט איז שטארקער ווי זיי אלע !" האט דוד געזאגט שטיל צו זיך , צו בארואיגן זיין פחד . דאן האט ער צוגעלייגט א תפילה אז ער זאל באפרייט ווערן פון דא אינגיכן .
***
158
SHOPPERS ROUTE February 19 , 2025