2 19 25 | Page 162

2

קאפיטל ב '
אין קורצן פון פריער : דוד , א דארפיש בחור ' ל וואס איז צוגעוואוינט צו פארברענגען די טעג מיטן פאשען זיין טאטע ' ס סטאדע קיען , באגעגנט זיך מיטן רוסישן קרוין-פרינץ וועלכער וויילט יעצט אין א מיליטערישן לאגער וואס איז אויפגעשטעלט געווארן אינעם וואלד נעבן דעם פעלד וואו דוד פאשעט . דוד זאגט אפ דעם פרינצ ' ס אנבאט צו קומען באזוכן אין לאגער , און זיין טאטע הייסט אים אפלאזן דאס פאשען און זיך אריינזעצן אין שול . עס ווערט שווער פאר דוד מיטצוהאלטן דאס לערנען , און ער גייט ארויס פון שול מיטן קלער צוריקצוקומען זיך מסדר זיין חברותות שפעטער . דוד ווערט פארכאפט דורך דעם פרינצ ' ס סאלדאטן ; דער פרינץ נעמט אים אויף פריינטליך אבער באפעלט אים צו בלייבן אויפן ארט .
אין יעצט ליינט ווייטער
דוד האט זיך ארומגעקוקט אויף זיין תפיסה . עס איז גראדע געווען א שיין ארט . ביי דער זייט פון דער שטוב איז געשטאנען א באקוועם-אויסזעענדן בעט , און אין אַ‏ צווייטן ווינקל א טיש מיט צוויי בענקלעך . אלעס איז געווען פון האלץ , איינפאך געשניצט , אבער ריין און שיין .
דוד ' ס אויגן האבן זיך געוואנדן צו דער טיר . זיין מח האט אים געזאגט אז יעצט האלט מען זיכער אן אויג אויף אים , אבער זיין הארץ האט אים געזאגט אז ער טאר דא נישט בלייבן אפילו נאך איין מינוט .
דוד האט געהויבן פיס און איז אנטלאפן . ער איז געלאפן וואו די אויגן האבן אים געטראגן . ער האט געזען פיל פויערן פון וועם ער האט שרעקליך מורא געהאט , אבער ער האט זיך נישט אפגעשטעלט פאר גארנישט נאר איז ווייטער געלאפן .
ווען ער האט שוין געזען דעם שטיק וואלד וואס איז נאך געבליבן אלס צוים צווישן דעם לאגער און דעם פרייען פעלד , האט אים פלוצלינג א פויער געכאפט . ער האט אים ארויפגעלייגט אויף זיין אקסל אזויווי דוד פלעגט טון מיט זיינע צוויי-‏ יעריגע שכנים ; ער האט אים פעסט צוגעהאלטן און אים צוריק אפגעטראגן צו דער האלצערנער געביידע .
דער פרינץ האט אים אויפגענומען מיט א שטארק-אומצופרידן געזוכט . " מיין פריינט , דו האסט עובר געווען אויף א דירעקטן באפעל פון א קרוין-פרינץ . דו וועסט מוזן באקומען דיין שטראף ."
162
SHOPPERS ROUTE February 19 , 2025