הערשל , א לעכטיגער באחנ ' טער בחור , איז אדורך א שווערע זמן . ער האט זיך שוין גערוקט נענטער צי די מיטעלע צוואנציגער יארן און ער האט נאכאלץ געווארט אויף זיין באשערטן . אלעס האט געשטימט . זיין משפחה , זייער פינאנציאלע צושטאנד , די שטוב פון וואו ער קומט איז חשוב און באלעבאטיש , ער איז געווען אן אמת ' ע תכשיט , אבער די טיטל " בחור " האט זיך עפעס נישט געוואלט אפטשעפענען פון אים
אלע וואס האבן אים ביז דאן געלויבט און געהאלטן פון אים , זענען נישט צום געפינען אין די קריטישע צייט ווען מען הענגט זיך אן אויף יעדע גוט ווארט . די איינזאמקייט , די געפיל אז מען האט פארגעסן פון אים , איז געווען אומדערטרעגליך .
אסאך שידוכים זענען צוגאנגען באלד אין די ערשטע שטאפלען , איין שידוך וואס האט שוין געהאלטן כמעט ביים לחיים איז צערינען די לעצטע רגע צו די הארץ ווייטאג פון זיינע נאנטע . יעדער האט אים אזוי געשוינט .
" פארוואס פונקט ער , אונזער לעכטיגע הערשל ? וואס האט ער שוין געקענט שלעכטס טון ?" האבן זיינע ארומיגע געטראכט . די ווייטאג פון זיין ארומיגע האט גארנישט געטון צו העלפן הערשל אין זיין פיין , עס האט אים נאר געמאכט פילן שלעכט אז ער איז זיי אזוי מצער .
זיינע עלטערן האבן נישט געהאט מיט וועמען צו רעדן איבער די טעמע , וויבאלד מען האט זיי אנגעקוקט קרום , טראכטנדיג פארוואס זיי טוען גארנישט . ווי גלייך עפעס ווענדט זיך אין זיי ...
" וואס נאך קענען אונז טון ? ביי וועלכע נאך רבי זאלן מיר זיך מזכיר זיין ? וועלכע נאך שדכן קענען מיר רופן ? און וויאזוי קענען מיר לאזן וויסן פאר די וואס זארגן זיך אז מיר טוען אלעס אין די וועלט פאר אונזער זון ?!" האבן די שאלות גענאגט אויף די געוויסן פון הערשל ' ס עלטערן .
אלע זיין חברים וואס זענען געווען באפריינדעט מיט אים אלע יארן ביז אהער , זענען שוין געווען פארנומען אויפצושטעלן א בית נאמן בישראל .
ער איז געטאנצן ביי זייער חתונות מיט געמישטע געפילן . פון איין זייט האט ער זיך געפריידט מיט זיין גאנצע הארץ אז זיינע נאנטע חברים זענען שוין זוכה צו די גליקליכע מאמענט , אבער אין די זעלבע צייט האט זיין הארץ געבלוטיגט . וואס איז ער אנדערש ? פארוואס האט ער נאכנישט זוכה געווען ?
די רחמנות בליקן פון ארומיגע , די בליקן וואס שרייט ' קוק אים נעבעך אן , ער איז זיי אזוי מקנא ...' איז געווען די ערגסטע פון אלעם און האט אריינגעשטאכן גליעדיגע מעסערס ביי אים אין הארץ .
געבליבן איז ער אממערסטנס מיט בחורים , מיט וועמען ער האט ביז דאן גארנישט געהאט מיט אבער נישט ווילנדיג בלייבן אינגאנצן אליין האט ער זיך בלית ברירה פאררופן אלץ זייער חבר .
•••
צוביסלעך אבער , פארשטייענדיג אז דאס איז דער מציאות , האט הערשל זיך פרובירט צו מחזק זיין מיט אלע כוחות . ער האט זיך געטרייסט אז ס ' איז דא א גרויסע
באשעפער וואס קען טון אלעס אפילו די אוממעגליכע , און אז דער גרויסער באשעפער וויל פאר אים דאס בעסטע , אין פילט באמת מיט זיין צער און ער האט זיכער אנגעגרייט פאר אים א ליכטיגן עתיד . און אלעס וואס ער גייט אריבער איז מיט א פינקטליכע חשבון , און אז אלעס איז לטובה פאר יעדן .
ער איז געבליבן די זעלבע שטארקער בחור אין ישיבה , כאטש יעצט איז ער שוין געווען אין שיעור ד ' מיט די איבערגעבליבענע ... ער האט זיך פארבינדן מיט זיין געוועזענע מגידי שיעורים אין אנגעהאלטן א קשר מיט זיי און געשעפט חיזוק אין הדרכה פון דארט . אזוי האט ער ריכטיג אויסגענוצט די דורכגאנג פון זיין אן ' אלטער בחור ' אלס א געלעגנהייט זיך אויסצוארבעטן און שטייגן .
•••
איין זומער איז ער געפארן אין קעמפ מיט זיין ישיבה אויף די זומער וואכן .
נעבן די בחורים קעמפ , האט זיך געפינען א קליינע קאנטרי פאר די מגיד שיעורים פון די ישיבה .
ר ' חיים בער , איינע פון די חשובע מגיד שיעורים , פלעגט יעדן טאג שפאצירן די פופצן מינוטיגע וועג פונעם קאנטרי צום בחורים קעמפ . עס זענען געווען גענוג מענטשן וואס וואלטן אים גערן געגעבן א היטש , אבער ר ' חיים בער האט געגליכן צו פארברענגען די רואיגע מינוטן אליין מיט די הערליכע נאטור . זיינע חברים וועלכע האבן געדרייווט האבן געוואוסט אז אויב באמערקן זיי אים שפאנען אויפ ' ן שטראז איז
146
SHOPPERS ROUTE February 19 , 2025