2 19 25 | Page 145

עס א שאד זיך אפצושטעלן און אים אפפערן א היטש .
איין פרייטאג , ווען די תמוז היץ האט געגרייכט איר קלימאקס האט ר ' העניך , אן אנדערע איינגעשטעלטער אין די ישיבה , באמערקט ר ' חיים בער און באשלאסן זיך יא אפצושטעלן און אים אריינרופן .
און טאקע , דאסמאל האט ר ' חיים בער נישט אפגעזאגט די ביטע .
אז צוויי תלמידי חכמים שמועסן אינאיינעם , האט זיך גלייך אנגעהויבן וועבן א תורה ' דיגע שמועס . ר ' חיים בער האט ציטירט א שיינעם דבר תורה פונעם ספר מהרי " ל דיסקין .
" אויף דער דבר תורה האט א לעצטיגער גדול הדור ז " ל געזאגט , אז יעדער דארף עס לערנען !" האט ר ' חיים בער אויסגעפירט , " און איך האב געפלאנט עס פארצולערנען פאר די בחורים וויבאלד עס פאסט זיך אריין אין די וואכענדיגע פרשה , אבער עס זעט נישט אויס אז איך וועל עס היינט קענען באווייזן ."
" פארוואס ?" האט ר ' העניך געפרעגט , " האסט דאך אליין געזאגט אז דער גדול ז " ל איז מעיד אז עס איז גאר א וויכטיגע יסוד !"
" פשוט , ווייל איך האב עס געלאזט אינדערהיים , און אויב איך וויל עס לערנען מיט די בחורים מוז איך עס נאכזאגן אויפ ' ן לשון ."
" איז מיר דרייען זיך שוין צוריק צום קאנטרי עס אפנעמען פון דיין באנגעלאו !" האט ר ' העניך אויסגערופן , און גלייך אנגעהויבן ארומצודרייען די רעדל און געמאכט א
. u-turn
ר ' חיים בער האט זיך ווי פארשטענדליך גאר שטארק געפרייט , און א קורצע צייט שפעטער האט זיך דער קאר אפגעשטעלט צוריק און קאנטרי און ר ' חיים בער האט זיך געיאגט אפצונעמען די ספר און איז צוריק אריינגעשפרינגען אין קאר .
אויפן וועג צוריק צו די בחורים קעמפ האט ר ' העניך ארויפגענומען א פרעמדער אינגערמאן וועלכע האט געזוכט צו כאפן א היטש . אזוי פארנדיג אלע דריי אינאיינעם , האט זיך דער געשטאלט פון אונזער הערשל מיטאמאל דערזען פונעם פענסטער . הערשל פלעגט זיך נישט דרייען אינדרויסן אין אזא צייט , אבער עפעס האט ער באשלאסן אז פונקט היינט וויל ער זיך אויסטשוכן צווישן די ליידיגע שטרעקעס פון גראז .
" עטס זעטסט דער בחור ?" האט זיך ר ' חיים בער אנגערופן , ווייזנדיג מיט די פינגער אויף הערשל , " אזא כלי ! ממש א מצוין פון א בחור ! עפעס אויסערגעווענליך ! עס איז פשוט אומפארשטענדליך פארוואס מען האט אים נישט גראד אויסגעכאפט ! א גוט הארץ , א שארפע געריבענע קאפ , א הערליכע חשוב ' ע שטוב , ממש אלע מעלות אין
איין בחור ! כ ' ווייס באמת נישט וואס איז פשט אז ער איז נאך אויפ ' ן מארקעט !"
קורצליך נאך וואס ר ' חיים בער האט געלאזט פאלן די באמערקונג , זענען זיי אנגעקומען אין קעמפ . ר ' העניך האט אפגעשטעלט די קאר און די דריי האבן זיך פריינטליך געזעגנט , און זיך צוגאנגען יעדער צו זייער דעסטינאציע .
•••
נאך שבת האט ר ' חיים בער באקומען א טעלעפאן קאל .
" א גוטן , דא רעדט דער איד וואס איז געווען מיט דיר אין קאר פרייטאג ." האט זיך דער רופער אידענטיפיצירט .
נאך איידער ר ' חיים בער האט געהאט א שאנס זיך צו וואונדערן פארוואס יענער רופט , האט דער איד ווייטער גערעדט .
" כ ' האב געהערט וויאזוי דו רעדסט איבער דער בחור הערשל . עס איז אינטערעסאנט אז פונקט די וואך בין איך געווען ביי מיין שווער פאר שבת , אין ער האט מיר געפרעגט צי איך קען דער בחור . עפעס האט זיך דאן גענומען בליצן ביי מיר אין קאפ אז ערגעץ האב איך לעצטנס געהערט די נאמען . ביז כ ' האב זיך דערמאנט אז דו האסט אים אויסגעלויבט ביז ' ן הימל ! כ ' האב איבערגעזאגט יעדעס ווארט וואס דו האסט געזאגט
February 19 , 2025 SHOPPERS ROUTE 145