2 19 25 | Page 144

פאר מיין שווער און ער האט געשטראלט מיט האפענונג . ער האט מיך געבעטן צו שאפן נאך אינפארמאציע וויבאלד ער הייבט אן טראכטן אז עס קען זיין פאסיג פאר מיין שוועגערין . איז אפשר דערציילסטו מיר מער איבער דעם בחור ?"
ר ' חיים בער האט נישט געאטעמט פאר התרגשות באגרייפנדיג וואס דא איז פארגעקומען . ער האט זיך באלד אריענטעט און גערעדט און דערציילט און זיך אינגאנצן אריינגעלייגט אז די שידוך זאל געשען .
געציילטע טעג שפעטער איז הערשל ענדליך א חתן געווארן למזל טוב ! דאס אוממעגליכע האט ווירקליך פאסירט ! אלע לאנגע פיינפולע יארן האבן זיך אויסגעצאלט פאר די שידוך וואס ער האט זוכה געווען .
הערשל דער חתן איז נישט געווען צום דערקענען פון בעפאר די ' ווארטן ' תקופה און נאכדעם . ער איז אזויפיל געשטיגן ! ער איז געווארן א שטערקערע בחור , אוועקגעשטעלט מיט א פעסטע אמונה און א קלארע השקפות החיים . די ווארטן האט זיך אויסגעצאלט און נאך מיט פראצענט !
יעצט ווען מען האלט שוין נאכדעם קען מען זאגן אז מען זעט די לאנגע טערמין גוטס וואס די נסיון האט געברענגט און עס האט זיך אלעס געלוינט ! הלוואי פאר יעדן אזא גוטע סוף …
( מעשה געהערט פון הערשל - * נאמען געטוישט )
•••
פון
ענין
די
ביי
קלאר
מען
זעט
שידוכים
איינמאל און נאכאמאל , ווי אומאויסגעפלאנטע , אומאויסגערעכנטע גוטע ווערטער וואס מען לאזט פאלן איבער א בחור אדער א מיידל קומט אן גאר ווייט .
גענוג מאל האט זיך שוין געמאכט אז שידוכים זענען געשלאסן געווארן א דאנק די גוט ווארט וואס מען האט " פונקט " געהערט . אבער ליידער האט זיך אויך שוין אויסגעשפילט די פארקערטע , ווען איינער האט לייכטזיניגערהייט געלאזט פאלן א נעגאטיווע באמערקונג איבער איינעם , און אומוויסנדערהייט אפגעשטעלט א שידוך וואס האט שוין געהאלטן ממש ביים טעלער ברעכן .
דער צונג איז דער מאכטפולסטע געווער וואס מיר פארמאגן אין באזיס און א קלוגער נוצט דאס מיט שכל .
אויב האט איר אן אינטערעסאנטע אמת ' ע מעשה שהיה וואס קען ארויסברענגען א מוסר השכל פאר די Shopper ' s Route ליינערס , ביטע רופט אונז אריין x3 7185993444 און לאזט א מעסעדזש .
144
SHOPPERS ROUTE February 19 , 2025