2 19 25 | Page 147

ש . ב . הירש

ר

בקי האט מיר פונקט געזאגט אז ווען זי שיקט אירע קינדער צו דיר ווען זי פארט אוועק קען זי זיין גענצליך רואיג ". " מאמי האט דערציילט אז דיינע חלות קומען אויס עקסטער שיין , וויאזוי טוסטו עס ?"
" פריער האט מען געשמועסט אז די שטייסט זייער פעסט מיט דיינע פריאריעטעטן ."
אהה … די גוטע געפיל וואס נעמט אונז איבער ווען אזעלכע זאצן זענען געריכטעט צו אונז … יעדער פון אונז האט ליב צוריקצוהערן אז מענטשן שעצן אונז . רוב מאל ווען מען הערט עפעס צוריק , טראגט עס אפילו מער ווערד ווי א קאמפלימענט געגעבן דירעקט פון מענטש צו מענטש . ווייל ווען יענער האט גערעדט פאזיטיוו איבער דיר צו א צווייטן , האט זי עס פשוט געזאגט אלס חלק פון א שמועס און זי האט נישט געזוכט דיר צו מאכן פילן גוט .
פאר דער מענטש וואס נעמט די מי , און זאגט איבער די גוט ווארט צו דער מענטש פון וועמען מען האט גערעדט , קומט זיך אויך אסאך קרעדיט . אזא איינער פארמערט שלום און ברידערליכקייט . אויב אויף לשון הרע און רכילות שטייט אזעלכע הארבע עונשים , איז דאך מדה טובה מרובה ווען עס קומט צו לשון טוב .
א מענטש וואס איז געוואוינט צו רעדן פאזיטיוו איבער מענטשן , און ארויסברענגען שבחים איבער אנדערע טוט אויפטון גרויסע זאכן . זי קען טאקע נישט פאראויסזען וויאזוי אירע ווערטער וועלן אנקומען צו דער מענטש פון וועמען זי רעדט , אדער צו א שדכן , צו א צוקונפטער מחותנ ' סטע , צו א שוויגער , א שווער , א זיידע-באבע אדער סיי ווער וואס האט – אדער וועט האבן – א שייכות מיט דער מענטש , אבער דער מענטש וואס רעדט גוטס קען וויסן אז זי טוט א געוואלדיגע זאך …
א מענטש וואס איז געוואוינט צו רעדן פאזיטיוו איבער מענטשן , און ארויסברענגען שבחים איבער אנדערע טוט אויפטון גרויסע זאכן ...
February 19 , 2025 SHOPPERS ROUTE 147