2 19 25 | Page 136

א ווייבל דערציילט :
איך געדענק נאך ביז היינט די צויבער געפיל וואס האט מיר באנומען הערנדיג די אויסנאמע ווערטער פון די בארימטע בילד-‏ אנאליזער , מרת . אבראמאוויטש-‏ קליין .
" דיין טאטע איז א דערהויבענער מענטש ", האט זי מיר געזאגט פארנט פון אסאך אנדערע מענטשן .
' זי האט נישט געהאט קיין נגיעות , זי האט מיר קיינמאל פריער באגעגנט , און זי האט זיכער נישט געקענט מיין טאטן , און אויב זי לערנט עס ארויס פונעם בילד , איז עס אוודאי אמת …' האב איך געקלערט צו זיך .
איך געדענק וויאזוי איך בין אהיימגעקומען , און איבערגעגעבן אירע ווערטער פאר מיין טאטע , און פאר מיין גאנצע משפחה . די ספעציעלע אטמאספער פון יענע צייט איז שוין טאקע פארגאנגען , אבער אין מיין מח קומט גאר אפט ארויף די ווערטער " דיין טאטע איז א דערהויבענער מענטש ", און יעדעס מאל פונדאסניי צעפלאקערט זיך מיין שעצונג צו אים .
די מעשה איז פארגעקומען מיט פיר יאר צוריק .
מיין מעסעדזש : די Ripple עפעקט פון א גוט ווארט איז עפעס אומבאגרייפליך . די השפעה גרייכט צו אסאך פארשטופטע ווינקלען און טוט אויף א וועלט ! און נאך א לערע , מען מוז נישט זיין " פערל אבראמאוויטש " צו געבן א גוט ווארט . ווילאנג דו ביסט אמת ' דיג וועלן דיינע ווערטער אויפטון . פונדעסטוועגן , אויב ביסטו א געשעצטע פערזאן האסטו א דאפלטע כח און א דאפלטע אחריות .
136
SHOPPERS ROUTE February 19 , 2025