עס איז נישט דא די ווערטער צו באשרייבן די גוטע געפיל וואס נעמט דורך די ביינער נאכ ' ן באקומען א גוט ווארט . דאס אז ווערטער איז א רחניות ' דיגע זאך ערקלערט פארוואס דער כח פון רייד איז אזוי שטארק . די פערזענליכקייט פון רוב מענטשן האט זיך אנטוויקלט און געבויט דורך גוטע ווערטער וואס זענען געצילט געווארן צו זיי . די באדייט פון גוטע ווערטער איז נישט באגרעניצט בלויז צו א קאמפלימענט . עס רעכנט אויך אריין ווערטער וואס דרוקן פשוט אויס פארשטאנד , מיטלייד און מוטיגונג , אדער סיי וואס עס מאכט א צווייטן שפירן גוט מיט זיך אדער גוט אויפ ' ן הארצן .
ווילנדיג ברענגען נאכמער וואכזאמקייט צו די הונדערטער געלעגנהייטן וואס דרייען זיך אונטער די פיס – געלעגנהייטן וואו מיר קענען האבן אן השפעה אויף א צווייטנ ' ס לעבן – האבן מיר זיך ארויסגעלאזט אויף די וויליאמסבורגער גאסן , און געהערט פון אונזערע שכנים זייערע פערזענליכע אויפפאסונגען ארום די נושא .
February 19 , 2025 SHOPPERS ROUTE 137