א מלמד דערציילט :
איין יאר האב איך געהאט א תלמיד וואס איז באמת ארויסגעשטאנען מיט זיין יראת שמים און מידות טובות . ווען דער טאטע איז אנגעקומען צו אסיפת הורים האב אים איבערגעגעבן זיין פארדינטן נחת .
" דיין קינד איז א זעלטנהייט . ער פארמאגט באמת א ווארעם אידיש הארץ און אזעלכע איידעלע נאטורן , ממש א זכי '..." " יא ?" האט דער פאטער רעאגירט צו מיינע לויב ווערטער מיט א מינע פון ביטל . ער האט מיך פשוט נישט געגלייבט . עס האט אויסגעזען אז עס איז די ערשטע מאל ער הערט אזעלכע ווערטער איבער זיין זון .
פאר א מינוט בין איך געווען צעמישט . האב איך זיך טאקע געלאזט נארן ? אפשר איז דאס קינד טאקע נישט אזוי ספעציעל ?
אבער איך האב זיך שנעל אפגעשאקלט פון די מחשבות וויסנדיג אז עס קען אפסטעמפלען די כוחות פון דאס קינד .
ביי די קומענדיגע אסיפת הורים איז דער טאטע אריינגעקומען מיט א זעלבסטזיכערע שמייכל וואס האט מיר איבערראשט . אזא שמייכל פאסט בלויז פאר א טאטע וואס איז שטאלץ מיט זיין קינד . לעצטע מאל איז ער געווען אזוי ווייט פון אזא שטאנד .
" אייער קינד איז עפעס אויסנאם ..." האב איך אנגעהויבן , ערווארטנדיג אז דער טאטע זאל מיך ווידער אפפרעגן . " אמת ," האט דער טאטע צוגעשטימט מיט זיין שטאלצע שמייכל , " אונז ווייסן עס , און מיר זעען עס ."
מיין הארץ האט פארפעלט א קלאפ . איך בין געווען אין שאק פון די דריי הונדערט זעכציג דעגרי דריי וואס דער פאטער האט גענומען . איך האב אבער באוויזן צו בלייבן פאסיוו און ווייטער אויסלויבן דעם תלמיד .
מיין מעסעדזש : צומאל זענען מענטשן זייער געבעדיג ווען עס קומט צו געבן קאמפלימענטן אבער דער מענטש וועמען זיי געבן דעם קאמפלימענט וועט עס נישט אננעמען .
דער סיבה פארוואס דער מענטש וועט עס נישט אננעמען , איז וויבאלד מענטשן שפירן דער אמת .
אויב דער מענטש וואס געבט דעם קאמפלימענט זוכט בלויז צו בויען זיין סעלף אימעדזש אלס איינער וואס געבט קאמפלימענטן און האט אלעמאל שיינע פראזן און טערמינען צו זאגן , ווען אין פאקט שטימען זיינע ווערטער גאנץ ווייניג מיט וועמען ער רימט אויס , וועלן זיינע קאמפלימענטן נישט ווערן אקצעפטירט . אויב אבער די ווערטער זענען געבויט אויף עפעס , דאן וועט עס ווערן אנגענומען צום סוף .
134
SHOPPERS ROUTE February 19 , 2025