2 19 25 | Page 133

א מלמד דערציילט :
איך האב געדארפט איינטיילן די חלקים פאר א סיום , און פרובירט צוצוטרעפן די פאסיגסטע ראלע פאר יעדע תלמיד . איך האב געדארפט איינער זאל שרייבן תורות , א צווייטע זאל מאכן חידות , א דריטער וואס קען ברענגען בילקעס און אזוי ווייטער . איך האב פלינק צוגעשריבן צו יעדעס קינד וועלכע ראלע ער וועט באקומען .
" בעל דרשן ", איך בין געבליבן שטיין ביי דעם ראלע . וועלכע קינד זאל מען יעצט הייבן ? יעדע קינד קען נוצן די חיזוק פון זיין דער רעדנער ביים גרויסארטיגן סיום וואס וועט ווערן געפראוועט אינעם עס זאל , פאר אלע כיתה ה ' קלאסן אינאיינעם . ווער זאל עס זיין ? ווער קען די מערסטע נוצן צו שטיין קעגן אזא גרויסע עולם פון קינדער און מלמדים ?
איך האב געשעפשעט א תפילה אויף סייעתא דשמיא און ווידער אריבערגעלאפן די נעמען פון די קינדער .
" שמואל ראטה *" די נאמען איז געשפרינגען פאר מיינע אויגן , און איגנארנדיג מיינע קוועקלנישן האב איך אריינגעשריבן , " בעל דרשן " נעבן זיין נאמען .
דער קומענדיגע טאג , ווען עס איז געקומען צו טיילן די ראלעס האט מיין הארץ האסטיג געקלאפט . וויאזוי וועט עס שמואלי אויפנעמען ? נאכמער , וויאזוי וועט זיין טאטע אויפנעמען דעם כיבוד ? וועט ער עס אויסטייטשן אלס חוזק ? וועט ער עס באטראכטן אלס איבערגעטריבן , אדער וועט ער אנערקענען וואס ליגט אונטער דעם ?
שמואלי האט געלאכט הערנדיג זיין ראלע , און איך האב זיך נישט געלאזט פון דעם אויסערליכע אנשטעל . איך האב געוואוסט אז עס איז גארנישט קיין געלעכטער אדער שפאס . ער פרייט זיך גוט דערמיט .
ריכטיג , שמואלי איז אלע יארן ביז אהער באטראכט געווארן אלס selective mute
( איינער וואס רעדט נישט פאר פרעמדע ) און
אויך זיין טאטע איז געפאלן פאר זיין סטיגמע . אבער פארברענגענדיג אזויפיל צייט מיט דעם קינד דורכאויס ' ן טאג האב איך געזען אין אים די כוחות עס צו קענען באווייזן . איך האב געשפירט אז ער איז שטעקן געבליבן מיט זיין טיטל אלס שעמעדיגער , און עס איז נישט דא ווער עס זאל אים ארויסצווינגען דערפון .
זיין טאטע האט מיר טאקע נישט אנגערופן בעטן צו געבן די כיבוד פאר א צווייטן , אבער עס איז געווען גענוג א שווערע עבודה פון מיין זייט צו רעדן צו שמואלי זיך ריכטיג צוצוגרייטן צו די דרשה .
פון די טאג וואס איך האב אים געלאזט וויסן זיין ראלע , איז געווען נאך א וואך אין א האלב ביז ' ן סיום .
איך פלעג אים רופן כמעט יעדע הפסקה און גערעדט מיט אים און געזאגט אז ער וועט קענען און אז איך קען שוין קוים ווארטן . שמואלי האט מיך קיינמאל געגעבן די געפיל אז ער נעמט אן מיינע ווערטער , ער פלעגט לאכן אומבאקוועם , ציען מיט די פלייצעס און קוים מאכן אויגן-‏ קאנטאקט .
א נאכט פאר ' ן סיום בין איך ווייניג געשלאפן . איך האב געהאפט אז איך וועל נישט נאכמער דערנידערן דאס קינד , נאר אז דאס קינד וועט טרעפן די שטארקקייט וואס ער האט .
ענדליך איז דער לאנג ערווארטעטע מינוט אנגעקומען . איך האב געוואונקען פאר שמואלי אז עס איז צייט צו נעמען דעם מייקראפאן .
שמואלי האט זיך אויפגעשטעלט פון זיין פלאץ מיט א שעמעדיגע שמייכל . די אנדערע קינדער האבן געקוקט פארגאפט ווי ער דערנענטערט זיך צום האלצערנע סטעידזש . די אנדערע קלאסן וועלכע האבן זיך אויך געפינען ביים סיום האבן געקוקט מיט נייגער . זיי האבן נישט געזאלט וויסן אז וואס עס פאסירט דא איז א פולשטענדיגע נס .
נאר איך האב מיך שטילערהייט גע ' חזר ' ט , ' דאס איז נישט קיין נס , דאס איז נישט אויסערארדנטליך ,
February 19 , 2025 SHOPPERS ROUTE 133