2 19 25 | Page 132

שמואלי קען באמת .'
שמואלי האט געהאלטן די מייקראפאן אין האנט און אנגעהויבן רעדן . זיין קול האט זיך געוואקלט אויף א געפערליכע פארנעם .
שמואלי האט געשאנקען א בליק צו מיין זייט און איך האב געשמייכלט צו אים רואיגערהייט , אן קיין פינטל שרעק אין מיינע אויגן .
" ער קען , ער קען ," האב איך געטראכט צו זיך .
די טרייסלנישן האבן זיך בארואיגט , שמואלי ' ס קול האט זיך אויסגעקלארט און ארויסגעקומען מיט ' ן פולסטן חן .
זיין דרשה איז נישט געווען צו לאנג , און נאך איידער וואס-ווען-וואו , האט ער געענדיגט .
און דאן האט זיך באוויזן א שמייכל אויף שמואלי ' ס געזיכט . אזא סארט שמייכל וואס איז דארט נאך קיינמאל נישט געווען . א שמייכל פון אמת ' ע זעלבסט-ווירדע .
איך בין צוגעגאנגען צו שמואלי און אים געגעבן א קלאפ אויפ ' ן פלייצע ,
" דו האסט געטון אן אויסנאמע גוטע ארבעט !" האב איך געזאגט , " ביסט אן ערשטקלאסיגער רעדנער !"
די שמייכל איז ברייטער געווארן , און שמואלי
האט זיך צוריקגעזעצט אויף זיין פלאץ .
שמואלי איז נאכנישט גענצליך ארויסגעקראכן פון זיין שעמעדיגקייט , אבער ער איז אן אנדערע קינד . נישט ווייל ער האט זיך געטוישט , נאר ווייל זיין ארומיגע האבן זיך געטוישט און איינגעזען אז ער קען יא .
א יאר שפעטער , האט שמואלי ' ס קלאס געמאכט א כאר ביי א מעמד וואו די גאנצע חדר איז געווען אנוועזנד , און ווער מיינט איר איז געווען סאלא ? שמואלי !
זיין קול איז געווען הערליך קלאר , אזש עס האט זיך געדאכט אז ער זינגט שוין פאר יארן . איך ווייס נישט טאמער נאך איינער אין די זאל האט געוואוסט די סוד פון שמואלי ' ס קאנפידענס .
מיין מעסעדזש : מלמדים זאלן גלייבן אין זייערע קינדער . אפילו אין א פאל וואס א מחנך באגעגנט זיך אז די עלטערן האבן שוין שלום געמאכט מיט די מציאות אדער לאזן פאלן אזעלכע ווערטער אזוי ווי , " מיט די קינד בין איך עפעס נישט מצליח ", זאלן זיי זיך נישט דערשרעקן , נאר געבן די קינד א שאנס .
די עלטערן קענען שוין דעם קינד פון אייביג אן און זענען צוגעוואוינט צו די שוועריקייטן , בשעת דער מחנך הייבט אן א נייע בלאט און דארף זיך נישט קריגן מיט פריערדיגע אינצידענטן וועלכע ער האט בייגעוואוינט .
132
SHOPPERS ROUTE February 19 , 2025