א לערערין דערציילט :
וואס עס מיינט צו זיין אן ערשטע יאר לערערין , דארף מען נאר ערקלערן פאר די וואס האבן זיך קיינמאל געפינען אין די לערערין שיך . עס זענען דא אזויפיל אומפאראויסגעזענע שוועריקייטן , און וויפיל מען מיינט אז מען ווייסט וואס צו ערווארטן האלט מען זיך אין איין איבערצייגן אז עס איז דא אסאך מער … נישט אומזיסט זאגט מען אז אן ערשטע יאר איז געמאכט פאר גוים …
מיין ערשטע יאר ( וואס איז שוין געווען אסאך יאר צוריק ) האט זיך אנגעהויבן מיט געמישטע געפילן , ווען איך האלט זיך אין איין מעסטן צו איך טויג טאקע … איך האב געטיטשט א הויכע קלאס , און דערפאר האב איך געהאט עטליכע קלאסן . צו זיין אפן , בין איך נישט געווען די נומער 1 אויטאריטעט אין אלע פון מיינע קלאסן און נישט אלעמאל איז מען דווקא געטאנצן צו מיינע באפעלן .
אין די צווייטע טאג פון סקול האב איך באמערקט אז איינע פון מיינע תלמידות האבן באקומען א קעסט אויף איר האנט .
" וואוו , רבקי * אפילו מיט א קעסט האלסטו אזוי גוט מיט ?" האב איך זיך אנגערופן צו איר בדרך אגב . עס איז בכלל נישט געווען א פלאנירטע קאמפלימענט פון מיין זייט , בלויז א באמערקונג פון שעצונג .
נאר שפעטער אין יאר , איז מיר אויסגעקומען צו הערן , אז רבקי איז געווען די צרות מאכער אין די פארגאנגענע יארן . איך האב געהויבן ברעמען און געדאנקט דעם אויבערשטער פאר ' ן מיר שפארן די שוועריקייט וויבאלד רבקי איז באמת געווען א גוטע תלמידה .
ווען עס איז געקומען צו פי-טי-עי , איז רבקי ' ס מאמע אריינגעקומען , מיט א הארץ איבערגעפולט מיט לויב , " איר האט נישט קיין אנונג וואס איר האט געטון צו רבקי !" האט זי באלד אנגעהויבן , " איר ווייסט נישט וואס עס מיינט פאר איר , אלע יארן איז זי געווען די אומבאכלעפשיטע , און איר האט איר באוויזן צו כאפן ביי א גוטע זאך . איר האט געטוישט דאס קינד !"
איך האב אנגעקוקט די מאמע פרובירנדיג נישט ארויסצוווייזן מיין ערשיטערונג . איך האב קיינמאל נישט געמאלן די שטריך צווישן יענע לאנג פארגעסענע גוט ווארט און רבקי ' ס גוטע אויפפירונג .
רבקי ' ס מאמע איז ארויסגעגאנגען , און אסאך אנדערע מאמעס זענען אריינגעקומען . נישט יעדער האט געהאט נאר גוטס צו זאגן . אסאך האבן זיך געהאט וואס אפצורעדן , און צו אסאך האט מען געדארפט געבן נישט אזעלכע גוטע גריסן , אבער פונדעסטוועגן בין איך ארויס פון פי-טי-עי מיט א גוט געפיל .
יעדע מאל וואס א נעגאטיווע באמערקונג איז מיר ארויפגעקומען אין געדעכטעניש , האב איך עס באלד אפגעווארפן זיך דערמאנענדיג פון רבקי .
" יעדער מאכט אמאל א טעות ", האב איך זיך געמוטיגט , " אבער רבקי ' ס מעשה איז דיין עדות אז דו קענסט יא עפעס …"
היינט , זיבן יאר שפעטער , בין איך ב " ה א מוצלח ' דיגע לערערין , און פון צייט צו צייט טראכט איך אויב איך וואלט אנגעהאלטן מיין פאסטן ווען נישט איך הער די גוטע ווערטער פון רבקי ' ס מאמע
מיין מעסעדזש : יעדע מענטש קען נוצן א גוט ווארט .
February 19 , 2025 SHOPPERS ROUTE 131