2 19 25 | Page 130

א פיפטע קלאס לערערין דערציילט :
ווען איך האב באקומען ליבי אלס תלמידה , האט די פרינציפאל מיר שטילערהייט אנפארטרויט מיט א סוד . זי האט מיר געזאגט אז ליבי באלאנגט אייגנטליך נישט אין א מעינסטריעם שולע , און דערפאר זאל איך נישט ערווארטן פון איר צופיל , און נישט ווערן אנטוישט פון געוויסע אויפפירונגען .
איך האב אויסגעהערט וואס מיין פרינציפאל האט געהאט צו זאגן מיט גרויס הכנעה , אבער אין די זעלבע צייט האב איך פעסטגעשטעלט ביי מיר אין הארץ , אז אויב ליבי איז אין מיין קלאס , הייבט זי אן א נייע בלאט . איך האב שווער געארבעט צו פארגלעטן וואס מיין פרינציפאל האט געזאגט זאגנדיג אז זי איז נאך געווען יונגער …
למעשה האט איך געהאנדלט מיט ליבי ווי יעדע אנדערע מיידל . איך האב ערווארטעט אז זי זאל מיטשרייבן און איר קאמפלימענטירט דערויף , ווי שיין איר שריפט איז , און נישט " אז זי שרייבט בכלל ", איך האב איר קאמפלימענטירט ווי אינהאלטספול אירע ענטפערס זענען , און נישט " אז זי ענטפערט בכלל ", ווען זי האט געטון עפעס וואס האט נישט געפאסט האב איך זיך געצווינגען צו טראכטן " עס איז נישט איר , זי האט געמאכט א טעות ", אנשטאט , " וואס האב איך געטראכט ? סוף כל סוף באלאנגט זי נישט דא …"
צוביסלעך האט ליבי דערשפירט מיין צוטרוי אין איר , און טאקע ערפילט רוב פון די ערווארטערונגען צו די שאק פון די פרינציפאל און אירע געוועזענע לערערינס .
היינט איז ליבי אין היי-סקול , און איז א " געהעריגע " מיידל , אזש עס געדענקט זיך נישט איר שוואכע תקופה .
מיין מעסעדזש : די וועג וויאזוי דו קוקסט אן קינדער , דאס איז די וועג וויאזוי זיי וועלן זיך אויפפירן . די סיבה דערצו איז וויבאלד דו וועסט האנדלען מיט די קינד לויט דיין מיינונג איבער אים , און דו וועסט נוצן אזא סארט שפראך און דאס קינד וועט עס שפירן , און נאכקומען די ערווארטערונגען . דו האסט די ברירה צו מאכן די ערווארטערונגען פאזיטיוו אדער פארקערט .
130
SHOPPERS ROUTE February 19 , 2025