א לערערין דערציילט :
עטליכע יאר צוריק האב איך געהאט א תלמידה וועלכע פלעגט נישט מיט דאווענען מיט די קלאס . גענצליך נישט . קוים וואס זי האט געעפנט איר סידור .
אמאל האט זיך געמאכט אז איין טאג האט זי יא מיט געדאווענט . איך בין געווען גאר איבערגענומען , און איר ארויסגערופן , " צוליב דיר איז אונזער דאווענען געווען הערליך !" האב איך איר געזאגט וואס איז מיר געלעגן אויפ ' ן הארץ .
און זינט דאן , האט זי געדאווענט יעדן טאג , און נישט בלויז געדאווענט , נאר אראפגעלייגט א הערליכע תפילה און ממש געפירט די דאווענען !
מיין מעסעדזש : ווען איך האב איר געגעבן די קאמפלימענט האב איך נישט ערווארטעט פאר די איבערראשנדע נאכפאלגן . איך האב איר בלויז געוואלט ארויסהייבן , און ב " ה זי האט עס גוט אנגענומען . אבער באמת זעט מען נישט אלעמאל אז קאמפלימענטן ברענגען באלדיגע רעזולטאטן , מען דארף טון און גלייבן אז עס טוט אויף אפילו מען זעט נישט .
א אינגערמאן דערציילט :
אין כיתה ח ' האט מיין ענגלישע טיטשער אמאל אראפגעשיקט א בלאט מיט שאלות . איינע פון די שאלות זענען געווען , " וואס ווילסטו זיין ווען דו ווערסט עלטער ?"
אויף די שאלה האב איך געענטפערט , " איך ווייס נאכנישט וואס איך וועל ווילן דעמאלטס , איך בין זיכער אז מיין מיינונג וועט זיך נאך טוישן ."
א צייט שפעטער האט מיין ברודער מיר דערציילט אז ער האט ערגעץ באגעגנט מיין טיטשער , און ער האט אים איבערגעגעבן ווי נתפעל ער איז פון מיין ענטפער , וויפיל ערנסטקייט און ערוואקסנקייט דאס שפילגט אפ .
ביז היינט שפיר איך נאך די שעצונג און די וואונדערבארע געפיל פון יענע גרוס און עס האט זיכער צוגעגעבן צו מיין פערזענליכקייט .
מיין מעסעדזש : דאס אז די מעשה איז פארגעקומען כמעט צען יאר צוריק און איך געדענק עס נאך אזוי קלאר , דארף עטוואס איבערגעבן די כח פון א גוט ווארט .
א בחור אין די יארן דערציילט :
ווען מיין מאמע זאגט מיר אזוי בדרך אגב , אז מען הערט צוריק גאר גוטע גריסן , און מען האלט אונז אין איין אנטראגן גאר חשוב ' ע שדוכים , כאפט זי נישט וואספארא חילוק עס מאכט אויף מיך יענע טאג , און אין די פאלגנדע טעג . עס געבט מיר די געפיל אז איך בין אנערקענט , און אז מען טראכט פון מיר , און אז עס לוינט זיך טאקע אנצוהאלטן מיין גוטע אויפפירונג .
מיין מעסעדזש : שפאר נישט קיין ווערטער אדער מעסעדזשעס וועלכע דרוקן אויס פאזיטיוויטי איבער איינעם ! גוטע ווערטער זענען ווי א גלאז קאלט וואסער פאר א דורשטיגע מענטש !
א מיידל דערציילט :
ווען מיין טאטע ע " ה איז נפטר געווארן , האב איך אנטוויקלט א complex אז איך בין אנדערש פון יעדעם . איך געדענק ווי ביי די שבעה , איז איין לערערין געקומען צו מיר , און געזאגט אז זי האט קיינמאל נישט געקענט זען אויף מיר אז איך גיי עפעס דורך און אז מיין טאטע איז נישט געזונט , און זי האט נישט גע ' חלומ ' ט אז עס וועט פאסירן צו מיר .
דאס האט מיך געגעבן גאר א שטארקע boost און מיך אויפגעקלערט אז איך בין נישט " געלעבעלט " פון יעצט אין ווייטער , און אז איך בין נישט איינגעצוימט צו די טיטל פון זיין א " יתומה " נאר עס ליגט אין מיינע הענט ווייטער אנצוגיין מיט ' ן לעבן ווי געהעריג ווי
February 19 , 2025 SHOPPERS ROUTE 129