2 19 25 | Page 128

ווייט מעגליך .
מיין מעסעדזש : ווען א מענטש מיינט גוט , און וויל טון גוט , וועט שוין השי " ת זיכער מאכן אז אירע ווערטער וועלן אויפטון וואס זיי דארפן .
אן out of school מיידל דערציילט :
אין פערדע קלאס , האט מיין ענגלישע לערערין , מיס א ., געלערנט מיט אונז די באדייט פון די ווארט , " benevolent ") איינער וואס פירט זיך שיין און איבערגעגעבן צו אנדערע ) און געבעטן אז אונז זאלן ווייזן מיט די פינגער אויף א מיידל אין קלאס וואס סימבאליזירט די ווארט .
" איינס , צוויי און דריי , אויסשטרעקן די האנט …" האט די לערערין געזאגט , און נאך איידער איך האב געקענט אויסשטרעקן מיין הענט און אנווייזן וועמען איך וועל אויס , בין איך געווען ערשטוינט צו זען ווי אלע טייטלען אויף מיך !
מיין פנים איז געווארן רויט און ווייס און איך האב נישט געוואוסט וואס צו טון מיט מיר …
פון דאן , איז געבליבן איינגעקריצט אין מיר , אז דאס בין איך , איך בין א benevolent מענטש . עס האט געמאנט פון מיר , געפאדערט פון מיר טאקע צו זיין וואס אלע האלטן אז איך בין . ביז היינט העלפט עס מיר געדענקען אז מענטשן זעען איין , אפילו זיי וועלן דאס נישט ארויסזאגן .
א מעסעדזש : אסאך מאל טראכט מען צו זיך מעלות איבער א צווייטן און מען רופט זיך גארנישט אן דערוועגן , טראכטנדיג , אז יענער וויייסט סייווי , אבער דער אמת איז , זאג יא ! יעדע מענטש דארף אנערקענונג און א שטופ אז ער זאל אנהאלטן זיינע גוטע מעשים ! נישט יעדער האט אזא עקסטרעמע אינצידענט צוריקצוטראכטן , דערפאר איז ראטזאם אז מיר זאלן נוצן אונזער מויל אויסצודרוקן אונזער
שעצונג צו אנדערע !
א טאטע דערציילט :
איין מוצאי שבת , נאכפאלגנדיג מיין בחור ' ס עלי ' צו די תורה , ( אין די שבת איידער זיין בר מצוה ) האט איינער פון מיינע חברים אין בית מדרש מיר אנגערופן און געזאגט , " אזעלכע קלארע און הויכע ברכות האב איך שוין לאנג נישט געהערט ! אייער בחור איז באמת קאנפידענט און האט א קלארע חיתוך הדיבור ."
היינט , עטליכע יארן נאך די טעלעפאן רוף , קען איך זאגן אז ווען אומער מיין זון איז עולה , זענען זיינע ברכות הויך און קלאר . די קאמפלימענט דינערט נאך אין זיינע אויערן , און ער ווייסט אז עס זענען דא מענטשן וואס שעצן עס .
מיין מעסעדזש : איך האב טאקע פארנוצט אסאך כוחות אריינצוהאקן קאנפידענס אין מיין זון , אז ער זאל זאגן די ברכות הויך , אבער איך בין נישט זיכער ווילאנג די התלהבות וואלט אנגעהאלטן … אבער א קאמפלימענט פון א פרעמדן עקספייערט נישט אזוי שנעל …
א מאמע דערציילט :
מיין מאן איז אמאל אהיימגעקומען און מיר דערציילט אז א איד , הרב קורצאג , האט אים באגעגנט אויף די גאס און געזאגט , " איך האב באטראכט אייערע קינדער אין בית המדרש . מיט אזעלכע קינדער וואס איר האט , איז דער אויבערשטער נישט באנקראט …"
די ווערטער האבן צירקילירט אין אונזער הויז פאר א לאנגע צייט און אריינגעברענגט אזעלכע גוטע רצונות אין אונזערע קינדער , און אויך ארויפגעברענגט אונזער מיינונג איבער זיי .
מיין מעסעדזש : די מעשה האט פאסירט מיט כאטש זיבן יאר צוריק , און אונז געדענקען עס נאך אלע ! אזעלכע סארט באמערקונגען קאסטן נישט פרוטה און איז ווערד אלע געלטער !
128
SHOPPERS ROUTE February 19 , 2025