2 19 25 | Page 127

פון די אבזערוואציעס פון א מאמע … זיי זענען די בעסטע עדות אז גוטע ווערטער בויט א קינד און מאכט אים גלייבן אין זיך …
… זיי האלטן מיט די טויש , זיי זעען עס פונדערנאנט .
" לעצטע יאר איז מיין זון אהיימגעקומען מיט א בחינה ", הייבט מרת . ג . אן מיט איר ערציילונג , " זיין רבי , רבי רוטנער , האט צוגעשריבן א לאנגע באמערקונג אויפ ' ן פארהער , א באמערקונג וואס האט גאר שטארק דערהויבן מיין זון , און אים געגעבן אנערקענונג פונקט אין דעם הינזיכט וואו ער האט עס אזוי שטארק געקענט נוצן ."
" נאכמער ", געבט זי צו , ווען די התפעלות און דאנקבארקייט אין איר שטימע האט זיך נאכנישט בארואיגט , " איך האב אפגעכאפט א בילד דערפון אז איך זאל עס קענען איבערליינען און איבערקוקן פון צייט צו צייט ."
א מינוט שפעטער , איז א קאמערא אפירגעקומען און זי האט אויפגעמישט צום בילד . איך האב זיך געטראפן קאנצענטרירט אויף א טיפישע בחינה בלעטל , געצייכנט מיט טיפישע רויטע טינט . נאך א בחינה ווי הונדערטער בחינות וועלכע דרייען זיך ארום . אבער די ווערטער וואס האבן באדעקט א גרויס חלק פונעם פארהער האבן פונדערשיידט דעם פשוטן בלאט און טינט פון אלע אנדערע בחינות .
די ווערטער זענען געשריבן געווארן מיט הארץ און געפיל , און ענהאלט א גרויסע טייל פון דעם קינד ' ס סוקסעס .
" די מעלה פון די ווערטער זענען , אז דער רבי האט געזוכט מיין קינד ' ס שטארקקייט . דער רבי ' ס מהלך נאכצוגיין און ארויסצוברענגען דאס קינד ' ס אינערליכע כוחות הייבט זיך נישט אן און ענדיגט זיך נישט מיט די בחינה . דאס איז זיין שטענדיגע צוגאנג צו זיינע תלמידים . ער זוכט אויפצוהייבן זייער עצם זיך , מיט וואס זיי זענען , און זיי מאכן שפירן אנערקענט דערמיט . מען קען זיך נישט פארשטעלן וואס ספעסיפישע קאמפלימענטן אויף זייערע אמת ' ע כוחות , אדער קאמפלימענטן אין די הינזיכטן וואו זיי שטרעבן אנצוקומען , טוט צו די קינדער . עס מאכט אז זיי זאלן האבן אויף עפעס אין וואס זיך אנצוכאפן און צו שפירן ווערד צו עקזעסטירן און פארדינען שעצונג ."
" געשריבענע בריוון בכלל , זענען עפעס וואס מען קען אוועקלייגן , און איבערליינען , און די אריגינאלע ווארעמקייט שווימט ארויף יעדעס מאל פונדאסניי . עס איז נישט די פראפעסיאנעלע גראמען , גרויסארטיגע ווערטער , נאר די באדייט וואס ליגט אונטער דעם וואס באווייזט זיך איינצוקריצן אין דעם קינד ' ס הארץ אויף אייביג ."
די דאזיגע עפיסאד האט זיך טאקע אפגעשפילט לעצטע יאר , אבער די רעזולטאטן דערפון האלטן זיך נאך אינמיטן געשען …
דאס דארף דינען אלס מעסעדזש פאר יעדע " מדבר " וויפיל חשיבות זיין יעדע גוט ווארט טראגט !
צום שלוס , די אלע מעשיות זענען נישט פון אמאל , זיי האבן זיך נישט אפגעשפילט אין א ווייטן
קאנטינענט , נאר דא אין אונזער היימישע שטאט וויליאמסבורג ! נאכמער , עס איז זיכער אז
געוויסע ליינער וועלן זיך טרעפן געשילדערט אין די שורות אלס העלדן פון די געשיכטעס
כאטש זיי האבן קיינמאל גע ' חלומ ' ט וואו זייערע ווערטער וועלן אנקומען !
February 19 , 2025 SHOPPERS ROUTE 127