2 19 25 | Page 126

פון א קינד ' ס קוק ווינקל :

ווער קען אונז בעסער ערקלערן די ווייטגרייכנדע השפעה וואס אונזערע ווערטער האבן אויף אונזערע קינדער , ווי א קינד אליין ? פאר די צוועק , האבן מיר זיך פארבינדן מיט צוויי
קינדער צו הערן ערשטהאנטיג וויאזוי אונזערע ווערטער ווערן אויפגענומען .
ביטע שטעל דיך פאר פאר די ליינער :
איך בין ס . פ . און איך בין א פיפטע קלאס מיידל און איך לערן אין סאטמאר .
וועלכע גוט ווארט געדענקסטו ?
הממם … איך דארף טראכטן . אה , אין קינדערגארטן האט מיין לערערין מרת . מאשקאוויטש געזאגט אז איך בין זייער … cute אין צווייטע קלאס האט מיך מיין טיטשער , מרת האלבערשטאם געזאגט אז איך קען זייער גוט . math
פון מיין מומע האב איך אמאל באקומען א קאמפלימענט אז איך העלף אסאך . אויך בין איך אמאל געווען אין עפעס א גוי ' שע סטאר , און א גויטע האט מיך אפגעשטעלט און געזאגט אז זי האט זייער שטארק ליב מיין שיינע רויטע curly האר .
פארוואס געדענקסטו די קאמפלימענטן ?
ווייל די קאמפלימענט אז איך בין cute האב איך נישט אזוי שטארק געגלייבט , און די קאמפלימענט איבער math געדענק איך ווייל עפעס א מיידל וואס איז געזעצן פארנט פון מיך האט נישט אזוי גוט געקענט און איך האב איר געדארפט העלפן , און דאן האט זי מיך געגעבן די גוט ווארט וואס איז געבליבן מיט מיר ביז היינט . די קאמפלימענט פון די גויטע געדענק איך ווייל עס האט מיך געמאכט פילן זייער גוט .
פארוואס טראכסטו אז ערוואקסענע געבן קאמפלימענטן ?
ווייל זיי זענען אין א גוטע גוסטע …
וועלכע קאמפלימענטן האבן מיידלעך ליב צו הערן ?
אז זיי זענען , cute זיי זעען אויס גוט , זיי זענען קלוג ,
זיי האבן א גוטע זכרון , און זיי קענען מאכן . poems
וועלכע קאמפלימענטן וואלסטו געגעבן ?
אז איינער האט א מסודר ' דיגע האנטשריפט , אז זיי געבן צו צו די לעקציע , אז זיי זענען זייער פאזיטיוו , אז זיי זענען באליבט ביי יעדעם .
וויאזוי מאכט א קאמפלימענט פילן ?
פרייליך . און מען טראכט , אז איך קען טאקע .
יא .
צו טראכסטו אז אויב דו הערסט עפעס פון איינעם איינמאל און נאכאמאל אז דו ביסט
געלונגען אדער ערליך אדער סיי וועלכע אנדערע מעלה , וועסטו טאקע גלייבן אז דו
ביסט געלונגען / ערליך ?
וויאזוי ווייסטו אז יענער מיינט עס עכט ?
ווייל מען קען זען . אויך דארף עס זיין אמת , און אויב עס איז נישט אמת וועט מען עס נישט . appreciaten למשל אויב איך בין נישט צייטליך , דארף איך נישט קיין קאמפלימענט אז איך בין צייטליך . עס איז פאלשע מעשיות .
אבער אויב מען קאמפלימענטירט דיך אויף עפעס וואס דו ביסט , קענסטו נישט אויפווייזן אז עס איז נישט אמת !
ריכטיג , דערפאר נעמען מיידלעך געווענליך אן קאמפלימענטן איבער זייער פערזענליכקייט אדער ארבעט , נאר זאכן וואס זענען דירעקט נישט אמת , מען קען עס אויפווייזן שווארץ אויף ווייס אז עס איז נישט ריכטיג , נעמט מען נישט אן .
וועלכע קאמפלימענט האבן מיידלעך נישט
126
SHOPPERS ROUTE February 19 , 2025