מלמד \ לערערין
וויפיל איר טוט אויף מיט אייער גוט ווארט צו א תלמיד \ ה אין קלאס הערט איר מן הסתם אן אויפהער , אבער איר ווייסט וויפיל איר טוט אויף מיט א נחת- רוף צו איינע פון די קינדער ' ס עלטערן ? ס ' נעמט א צוויי מינוטיגער טעלעפאן-קאל צו מחי ' זיין א גאנצע משפחה .
איר ווייסט וואס אייער האלב-מינוטיגער " כ ' האב זיך נישט געקענט איבערקומען ווי שיין רחי האט זיך היינט אויפגעפירט אין קלאס !" טוט אויף ? איר קענט נישט וויסן אויב די זעלבע קינד האט זיך היינט אויפגעפירט ... ביי נאכטמאל אדער אויב די עלטערן גייען פונקט דורך א שוועריגקייט יעצט . אייער פאון- קאל מיינט א געוואלד פאר זיי .
און עלטערן , ס ' נעמט נאר א מינוט מחשבה , אבער טראכט נאר א מינוט וויפיל די מלמד \ לערערין האט שוין געטון פאר אייער קינד דורכאויס דעם האלבן יאר .
מיט וויפיל פאלדעבל ' ס איז זי שוין אהיימגעקומען ? וויפיל מאל האט ער געקענט די שאלות ביים שבת טיש ? אדער בכלל באקומען שאלות אהיימצונעמען ?
וויפיל מאל האט איר שוין געטראפן א צוגעצייכנטע ' אויסנאם !' אויף איר טעסט ? אדער אז זי האט בכלל געהאט א מעגליכקייט צו נעמען די טעסט ? אדער אז איר לערערין האט געדענקט אריינצוגעבן די קאפיס דערפאר ?... וויפיל מאל האט מען אים שוין געהאלפן צומאכן זיין זיפער פון זיין מאנטל ? אדער געגעבן נאך א ברויט ביי מיטאג ? אדער געפרעגט ' פארוואס ביסטו
געקומען שפעט ?' איר צו לערנען אחריות
ס ' איז ביליאנען קלייניגקייטן און גרויסע זאכן וואס זענען אזוי גרינג צו באמערקן אויב האלט מען די אויגן אפן . לאזט די לערערין וויסן אז איר האט הנאה פון איר ! לאזט די מלמד הערן וואס אייער זון האט נאכגעזאגט
אינדערהיים !
אייער קאמפלימענט וועט אים געבן כח ווייטער אנצוגיין און וועט גיין פיל ווייטער ווי איר מיינט …
און נישט ווייל די מלמד שטרענגט זיך אזוי אן ( כאטש ס ' איז אמת ) און נישט ווייל די לערערין איז פארנומען פון צופרי ביז ביינאכט ( וואס איז אויך אמת ) וועט איר זיי באצאלן מיט א קאמפלימענט .
זיי באקומען באצאלט וואס דעקט נישט קיין האלבער פראצענט פון וויפיל ס ' קומט זיך פאר אזא 24 / 7 פאסטן , און אייער קאמפלימענט קען אויך סייווי נישט רעכט באצאלן די ארבעט . איר ' באצאלט ' נישט מיט א קאמפלימענט , איר טוט פשוט א טובה פאר זיי און פאר זיך אליין פונקט ווי סיי וועלכע אנדערע מענטש וועם איר קאמפלימענטירט .
נאנטע משפחה מיטגלידער
יא , יא , די מענטשן מיט וועם מיר דרייען זיך א גאנצן טאג , באקומען צומאל די ווייניגסטע גוטע ווערטער פון אונז . אפשר טאקע ווייל מיר דרייען זיך מיט זיי אזויפיל צייט אין טאג ?...
נאר די באבעס באמערקן ווען א קינד וואקסט – ווייל זיי זעען נישט די קינדער יעדן טאג . פאר אונז איז שווער זיך אפצושטעלן און באמערקן קוואליטעטן וואס אונזערע נאנטע האבן ווייל מיר לעבן אזוי סאך מיט זיי .
אונז אלע ווילן זיך אבער פילן געשעצט , און א קאמפלימענט פון אונזערע נאנסטע איז רוב מאל מער ווערדפול ווי פון סיי וועם אין די וועלט .
נעמט אייך א מינוט צו באטראכטן אייער שטוב ווי א גאסט . ' א גאסט אויף א ווייל זעט א מייל ' זאגט דער וועלט , און די ' מיילן ' וואס איר וועט באמערקן וועט אייך מן הסתם איבערראשן .
פששש ... ער רעדט אזוי רואיג , לערנט אזוי פלייסיג , פאררעכט גוט וואס פעלט אויס אינדערהיים … נעמט א מינוט ארויסצואווייזן אייער דאנקבארקייט מיט ווערטער ! זאגט אים הויך ווי רואיג , פלייסיג א . ד . ג . ער איז , אפילו ס ' איז בלויז א קלייניגקייט . די זעלבע פארקערט : זי לאכט אפילו ווען זאכן גיסן זיך אויס ? מאכט די בעטן , זי שפארט געלט און קויפט פלעסטיק קאפס אויף סעיל ? ברענגט ארויס אייער שעצונג פאר איר אויפ ' ן קול און ביידע וועלן בענעפיטן דערפון .
בעיביסיטער
די בעיביסיטער ?! יא , די בעיביסיטער .
February 19 , 2025 SHOPPERS ROUTE 109