ח . גראס
א גוט ווארט
איר זענט שוין אמאל דורכגעפארן די סקרין וואס מעסט ווי שנעל אייער קאר פארט און אויב איר האלט זיך צו די ספיד-לימיט ? אויב די לימיט איז למשל mph 45 און איר האלט ביי , 40 וועט אייך די סקרין בלינק ' ן א גרויסע ' טענק יו !'. ס ' איז פסיכילאגיש , אפשר קאמיש , אבער רוב מענטשן , ווען זיי באקומען דעם טענק יו , וועלן פילן גוט מיט זיך און געבן א האלבע שמייכל צו זיך אליין , " אה , כ ' טו גוט ."
ס ' איז באמת מאדנע , אז מ ' טראכט אריין . סך הכל איז די מאשין א מאשין וואס איז אנגעשטעלט אז אויב ס ' פילט אז דער קאר פארט אונטער ' ן ספיד לימיט זאל עס בלינק ' ן טענק יו און ס ' מיינט קיינעם נישט צו קאמפלימענטירן – זיכער נישט פערזענליך און זיכער נישט אויפריכטיגערהייט ...
אז דער נאר וואלט נישט געווען מיינער וואלט איך אויך געלאכט אבער דער נאר איז יא מיינער און ס ' איז גראדע ... נישט אזא נארישקייט . אונז מענטשן האבן אן אינטערסאנטע אייגנשאפט צו זיך : אז איינער זאגט מיר אז כ ' בין גוט , וועל איך אים נאטירליך גלייבן . און ווען איך האלט אז איך בין גוט , וועט פלוצלינג די זון שיינען שענער , מיינע טריט וועלן ווערן לייכטער און מיין גאנצע גוסטע וועט זיך טוישן .
ס ' איז וואונדעליך וויפיל בענעפיטן א קאמפלימענט גיבט פאר א מענטש . און אז איר מיינט אז די וואונדערליכקייט שטעלט זיך אפ ביים מענטש וואס באקומט עס , האט איר געמאכט א פארדרוסליכן טעות ... די בענעפיטן זענען צווייפאכיג , און אז איר ווילט הערן מער איבער דעם , מישט אריבער אפאר בלעטער צו די ' אלעס ארום ' ארטיקלען ... דערווייל , לאמיר אנאליזירן וואס א קאמפלימענט צווישן מענטשן מיט וועם מיר טרעפן זיך כסדר אן טוט אויף .
110
SHOPPERS ROUTE February 19 , 2025