2 19 25 | Page 108

כ ' ווייס , איר זענט אויפגעווען א האלבער נאכט , אויפגעשטאנען צוואנציג מינוט שפעט , אריינגעווארפן באטיס , צומיס , א בלענקיט , א האלבער מיטאג פאר זיך אליין און א וויינעדיגע בעיבי אין קערידזש , ארויסגעלאפן מיט איין אטעם פון הויז נאר צו כאפן אז ס ' שנייט און איר האט פארגעסן ארויפצולייגן די פלעסטיק אויפ ' ן קערידזש , ארויפגעסאפעט צום בעיביסיטער ' ס הויז און ... יעצט בלייבט די בעיבי אויפ ' ן בעיביסיטער .
אודאי קענט איר טראכטן אז איר טראגט למעשה די מערסטע דאגה איבער אייער בעיבי און ... וואס טוט שוין די בעיביסיטער ? טראכט אריין : יעצט בלייבט די בעיבי אין איר הויז פאר א שיינע צאל פון שעות מיט אלע זיינע געוויינען , מיט אלע זיינע סקעדואלס ... זי איז נישט זיין מאמע . אודאי , איר צאלט איר דערפאר , אבער ס ' איז א סערוויס וואס איז א חכמה וואס ווייניג קענען באווייזן . ס ' איז אן ארבעט וואס פאדערט א געוואלד פון געדולד און ווארעמקייט – רוב מענטשן האבן נישט צופיל איבריגע געדולד אין באנק ... פרעג איך אייך , איר וואלט יא געקענט האנדלען מיט -10
20 בעיביס אויף איין מאל , אין אייער הויז , יעדן טאג ? ס ' איז א שווערע ארבעט , און אז אייער בעיבי קומט אהיים מער-ווייניגער צופרידן , ( און אפילו אויב נישט , וואס דרך אגב דעמאלטס איז איר ארבעט פילפאכיג שווערער ) קומט זיך איר די גרעסטע קאמפלימענט יעדן איינציגסטן טאג .
און בעיביסיטערס , אז איר ווילט מחי ' זיין א מאמע ,
ווארפט אריין א גוט ווארט אויפ ' ן בעיבי ווען איר קענט . ס ' קאסט כמעט נישט קיין צייט , אויף אלע בעיביס קען מען זאגן אז זיי זענען זיס – ס ' איז נישט אזויווי איר דארפט זוכן א קאמפלימענט פון אונטער דער ערד ... און איר קענט נישט וויסן ווי ווייט אייער גוט ווארט דערגרייכט .
קינדער
קינדער זענען אזוי תמימות ' דיג . זיי נעמען אלעס אן וואס מיר זאגן זיי אלס תורת משה . און ס ' איז אזוי גרינג זיי צו דערפרייען . זאגט זיי אז זיי זענען קלוג און אז זיי זענען וואויל און געלונגען און זיי וועלן אייך גלייבן אויפ ' ן ווארט . ס ' נעמט כמעט גארנישט פון אונז , און די בענעפיטן דערפון זענען אזוי ווייטגרייכנד אז מיר קענען עס נישט אפשאצן . חוץ פון דעם , א קינד ' ס זעלבסט-בילד ווערט געפארעמט לויט וואס עלטערע האלטן אויף זיי . אז איר זאגט זיי אז זיי זענען גוט , איז עס א גע ' חתמ ' עטע 100 % אין זייער קאפ – אויף א לאנגע צייט . וויפיל קאסט אונז שוין צו מאכן זייערע אויגן אויפשיינען ? ס ' איז נישט נאר די שיינעדיגע אויגן פאר די פאר מינוט , נאר טאקע ווייל ער נעמט עס אן אזוי ערנסט , גרייכן די תוצאות אזוי ווייט .
ארבעטער
אז איר זוכט סטאטיסטיקס צו כאפן וויפיל א
די Merriam-Webster ווערטער-בוך האט ארויסגעגעבן די צוועלף בעסטע ווערטער וואס מענטשן גלייכן צו הערן אלס א קאמפלימענט . ס ' איז אינטערעסאנט , ווייל אין די גוי ' שע וועלט איז א קאמפלימענט אויף וויאזוי א מענטש זעט אויס די מערסטע גאנגבארע קאמפלימענט . כמעט קיין איין פון די צוועלף ווערטער ברענגען דאס אבער נישט ארויס . דאס זענען 12 ווערטער וואס קאמפלימענטירן ענדערש א מענטש ' ס שטארקייט , רחמנות , לייכטער נאטור א . ד . ג .
א טייל פון די : 12
- Compassionate פילן אדער ארויסווייזן זארג איבער א צווייטן ' ס שלעכטע מצב
- Savvy פארשטענדליכקייט , שארפקייט ( ספעציעל ווען עס קומט צו פארשטיין פראקטישע זאכן )
- Intrepid בראווקייט , נישט מורא האבן , העלדישקייט , דרייסטקייט
- Indefatigable האט כח צו ארבעטן אדער אנצוגיין פאר א לאנגע צייט אן ווערן אויסגעמוטשעט
- Magnanimous ארויסווייזן גוטסקייט און ברייטהארציגקייט
זעט אויס אז אפילו א גוי ' שע קאפ פארשטייט באמת יא וואס איז אויבערפלעכליך און וואס נישט …
108
SHOPPERS ROUTE February 19 , 2025