דער איד לייקנט פעסט
דאס געלט ווערט אפגעפונען
קען שוין גיין , אינצווישן וואס דער גלח זעלבסט האט זיך ארויסגעיאגט צום אנדערן צימער .
ווען דער גלח איז צוריקגעקומען האט ער צו זיין שאקירונג געזען אז די פינף טויזנט קראנען וואס זענען נארוואס געליגן דא אויפן טיש , זענען פארשוואונדען געווארן .
וואוסנדיג אז אויסער דעם איד האט קיינער נישט איבערגעטראטן דעם שוועל פון דעם צימער , האט ער באלד געשיקט צוריקרופן דעם איד , און פון אים געפאדערט אז ער זאל אים שוין אפגעבן דאס געלט , און צוליב זיין נאנטשאפט מיט אים וועט ער מאכן א שווייג דערפון , ווייל ער פארשטייט אז ס ’ האט זיך אים פשוט געמאכט א ’ שוואכע מינוט ’...
דער איד האט אבער קלארגעשטעלט מיט א פעסטקייט , אז ער האט דאס געלט נישט אנגערירט און זיכער נישט צוגענומען , און דערפאר קען ער עס אויך נישט נישט צוריקגעבן .
פארן גלח איז קלאר געווען אז נישט קיין צווייטער ווי דער איד האט עס גענומען , אבער אין געריכט האט ער אים נישט געוואלט רופן , ער האט מורא געהאט אז ס ’ וועט אים נישט אנברענגען קיין כבוד אז ער דארף גיין אין געריכט מיט א איד , דעריבער האט ער זיך צו מיר געוואנדן אז איך זאל שליכטן דעם נושא צווישן זיי .
דער איד לייקנט פעסט
איך האב זיין בקשה נישט געקענט אפזאגן , האט רבי מאיר אריק ווייטער דערציילט , האב איך גלייך געשיקט רופן דעם איד , וועלכע איז מיר געווען באקאנט , און איך האב פון אים געפאדערט ער זאל מיר געבן אן ערקלערונג אויף דעם מאדנעם אינצידענט .
דאס אנטשלאסנקייט מיט וועלכע דער איד האט גע ’ טענה ’ ט אז ער האט דאס געלט נישט גענומען , און ער האט אזוי שטארק פארזיכערט זיין אומשולד , האט מיר ערנסט געמאכט קווענקלען אינעם ריכטיגקייט פונעם גלח ’ ס קלאגע , דעריבער האב איך געזען פאר וויכטיג צו קענען שליכטן דעם קאנפליקט מיט א פשרה .
נאך לאנגע פארהאנדלונגען , האט דער גלח מסכים געווען אראפצוגיין מיט זיין פאדערונג פון פינף טויזנט צו 4,000 קראנען , און דער איד פון זיין זייט האט שוין מסכים געווען אראפצולייגן צוויי טויזנט קראנען , נאכן הערן פון מיר אז אנדערש וועל איך אים מחייב זיין צו שווערן אז ער איז אומשולדיג .
צום סוף איז דער גלח גרייט געווען אראפצוגיין ביז 3 טויזנט , אבער דער איד האט ערקלערט אז מער ווי צוויי טויזנט איז ער נישט גרייט צו געבן . האב איך דעם איד
געגעבן צו פארשטיין אז דאן בלייבט מיר נישט איבער קיין אנדערע ברירה נאר אים צו מוזן מאכן שווערן א שבועה , אז ער האט נישט גענומען די געלט און דאס וועט אנטשיידן דעם אויסגאנג .
איך האב אים אבער געגעבן עטליכע טעג זיך איבערצוטראכטן , ער זאל אריינקלערן אין די הארבקייט פון א שבועה .
די שבועה האט געדארפט אפגעגעבן ווערן אין דער הויפט-שול , אין דער אנוועזנהייט פון דער גאנצער אידישער קהילה .
דערהערנדיג מיינע ווערטער , איז דער איד בלאס געווארן און דערקלערט , אז מארגן וועט ער געבן תשובה צי ער וועט שווערן א שבועה , אדער ער וועט אפצאלן די געפאדערטע דריי טויזנט קראנען .
צומארגנס אינדערפרי איז געקומען דער איד אינגאנצן פאר ’ דאגה ’ ט און טרויעריג , און מיט ציטערדיגע ווערטער געזאגט אז ער איז גרייט צו שווערן .
איך האב אים געזאגט אז מיר וועלן באשטימען א טאג אין וועלכע מען וועט גיין אין שוהל און דארט אפגעבן די געפאדערטע שבועה .
דאס געלט ווערט אפגעפונען
אבער עס האט שוין נישט אויסגעפעלט . שפעטער אין טאג איז אנגעקומען צו מיר דער גלח , צעמישט און צובראכן , און געזאגט אז ער ציט צוריק פון זיין קלאגע , ער פאדערט שוין גארנישט פון דעם איד , ווייל דאס געלט איז אים אפגעפונען געווארן . א פויער פון דארף איז אים נארוואס געקומען ברענגען דאס גאנצע געלט , אנגעבנדיג אז ער האט עס געפונען אין מיין גארטן .
ווארשיינליך איז עס ארויסגעבלאזן געווארן פון פענסטער אין דער צייט וואס דער גלח איז נישט געווען אין צימער , און דער פויער האט עס געטראפן אין דרויסן . צוערשט האט ער עס געוואלט האלטן פאר זיך און נישט צוריקגעבן , אבער זיינע געוויסן האבן אים דערקוטשעט און נישט געלאזט קיין רוה , ביז ער האט היינט מחליט געווען עס צוריקצוגעבן פארן גלח .
יעצט איז דער גלח אבער געווארן זייער פארוואונדערט פארוואס האט דער איד מסכים געווען אויפן פשרה און צאלן 2 טויזנט קראנען אויב איז ער טאקע געווען אומשולדיג , ווי ס ’ האט זיך ווירקליך ארויסגעשטעלט ?
און אויב איז דער סיבה געווען ווייל ער איז גרייט געווען צו צאלן דעם סכום אבי נישט צו דארפן שווערן א שבועה , דאן פארוואס האט ער זיך אזוי געשטעלט אז נאר 2 טויזנט קראנען איז ער גרייט צו צאלן און נישט מער ?
160 SHOPPERS ROUTE December 4 , 2024