12 4 24 | Page 159

זיין גאנצע פארמעגן אנשטאט שווערן !
זיין גאנצע פארמעגן אנשטאט שווערן !
פארשטייט זיך , האט ווייטער דערציילט ר ’ מאיר אריק , אז איך האב גלייך געלאזט רופן דעם איד . איך האב אים דערציילט אלעס וואס דא האט אינצווישן פאסירט , און איך האב געבעטן ער זאל מיר ערקלערן פשט אויף די אויבנדערמאנטע שאלות .
נאכן אריין קלערן פאר א וויילע , האט דער איד , טיף גערירט , געענטפערט :
“ כדי נישט צו מוזן שווערן און נישט ארויסזאגן אומזיסט דעם נאמען פון השם יתברך , האב איך , אן אומפארמעגליכער און אומוויסנדיגער איד , געוואלט אפפערן מיין גאנצע באשיידן פארמעגן דערפאר . איך האב שנעלערהייט און אויבערפלעכליך געמאכט דעם חשבון , אז מיין פארמעגן באטרעפט בערך 2,000 קראנען . אזוי ווי איך האב אבער געדארפט באצאלן 3,000 קראנען צו קענען פטור ווערן פון דער שבועה , האב איך געדארפט אהיימגיין און גענוי אפשאצן מיין פארמעגן פונקטליך וויפיל ס ’ איז ווערד , מעגליך אז עס איז יא ווערד דריי טויזנט , דעריבער האב איך געזאגט אז איך וועל הערשט דעם אנדערן טאג געבן תשובה דערוועגן .
“ נאכדעם וואס איך האב געמאכט דעם גרונטליכן חשבון האב איך געזען אז מיין ערשטע חשבון איז געווען ריכטיג , און איך פארמאג טאקע נישט מער ווי צוויי טויזנט קראנען צו געבן , דעריבער האב איך מיט גרויס צער מסכים געווען צו שווערן דעם שבועה ...”
בשעת דער איד האט דערציילט זיין געשיכטע , איז דער גלח אויך אנוועזנד געווען . ער איז געבליבן שטיל אין שטוב ווען דער איד האט געענדיגט רעדן . אלע זענען געווען איבערראשט . מיטאמאל האט דער גלח איבערגעריסן דעם שטילקייט , א טיף גערירטער האט ער ארויסגענומען 2 טויזנט קראנען פון טאש און עס דערלאנגט פאר דעם איד , בעטנדיג פון אים אז ער זאל נעמען דאס געלט אלס איבערבעטונג פארן אים חושד זיין , און פאר דער גרויסע צער וואס ער האט גורם געווען אז ער האט אים געוואלט מאכן שווערן א שבועה .
דער איד האט אבער אפגעזאגט די 2,000 קראנען און ערקלערט , אז ער דאנקט דעם רבונו של עולם , וואס האט אים בדרך נס באפרייט פון אפגעבן א שבועה .
דער גלח האט געבעטן אז דער געשיכטע זאל פארשוויגן ווערן , און ער האט זיך פריינטליך געזעגנט .
דער גלח האט באקומען א גענצליך נייע בליק אויף אידן , און ער האט שפעטער געטון פיל גוטס פאר אידן .
נישט לאנג צוריק האב איך זיך דערוואוסט , האט דער גאון רבי מאיר אריק זצ ” ל אויסגעפירט , אז דער גלח איז געשטארבן , דערפאר דערצייל איך נאר יעצט דערוועגן . זאל געלויבט זיין דער נאמען פון השם יתברך וואס פארא הייליג פאלק ער האט ...
December 4 , 2024 SHOPPERS ROUTE 159