דאס געלט איז פארשוואונדן , דער איז
ווערט פארדעכטיגט
סיפורי צדיקים
געראטעוועט פון אן אמת ' ע שבועה
געווען איז עס איינמאל ווען דער באוואוסטער גאון רבי מאיר אריק זצ ” ל , האט ארומגערעדט מיט זיינע תלמידים איבער די הארבקייט פון א שבועה , אפילו אן אמת ’ ע שבועה , האט ער ביי יענע געלעגנהייט דערציילט א מעשה דערוועגן , וואס ער זעלבסט איז געווען פארמישט דערין :
אין א הייסן טאג פון יאר תרע ” ח , איז צו מיר געקומען דער גלח פונעם דארף וואס זיצט עטליכע מייל פון בוטשאטש , מיין דעמאלטסיגע וואוינארט , און מיך געבעטן צו פסק ’ נען אין א קאנפליקט צווישן אים און א איד , א דארפישע הענדלער וואס האט געוואוינט אין דעם זעלבן דארף . אויף מיין וואונדער פארוואס ער איז דווקא געקומען צו מיר , האט ער מיר ערקלערט אז דאס איז א גאר ערנסטע ענין , און ער זעט נישט אז א צווייטער זאל עס קענען שליכטן .
ווען איך בין איינגעגאנגען דערויף , האט מיר דער גלח דערציילט אז שוין א לענגערע צייט וואס ער פארמאגט מיט דעם דערמאנטן איד האנדלס באציאונג , פון וועלכע ער איז געווען זייער צופרידן , ביז נעכטן .
וואס איז געשען ? נעכטן האט דער גלח , ווי עס האט זיך כסדר געמאכט , געזען דעם איד אריבערגיין זיין הויז , האט ער אים אריינגערופן , כדי איבערצושמועסן מיט אים א געוויסן געשעפט , צו וועלכע ער האט געדארפט דעם איד ’ ס פארמיטלונג .
אזוי בשעת דעם געשפרעך מיט דעם איד , האט דער גלח אזוי מסדר געווען אויפן טיש פינף טויזנט קראנען , צעטיילט אין פינף באנקנאטן פון 1,000 קראנען יעדע איינע , וואס איז אים נארוואס אנגעקומען אויף דער פאסט .
דאס געלט איז פארשוואונדן , דער איז
ווערט פארדעכטיגט
נאך עטליכע מינוטן רעדן מיטן איד האט מען ארויסגערופן דעם גלח פון צימער , זאגנדיג אז איינער ווארט אויף אים אינעם אנדערן שטוב , ער האט שנעל אפגעענדיגט מיט דעם איד און אים געמאלדן אז ער
December 4 , 2024 SHOPPERS ROUTE 161