איך פיל אבער זייער שלעכט צו געבן ווייניגער ווי די אפגשמועסטע פרייז , דערפאר זאלט איר נעמען פון די בחורים די זעקס הונדערט שקל , אבער זארגט אייך נישט , איך מיט מיין חבר וועלן אייך שוין אפצאלן די איבריגע צוויי הונדערט שקל .
אנגעוויזן אויף איין מאטראץ וואס איז געלעגן ממש נעבן די טיש און בענקלעך , " צופרי ווען מען שטייט אויף דארף מען ניטאמאל ארויסגיין פון בעט צו קענען האבן א קאווע !"
די בחורים האבן זיך שטיל אינטערגעלאכט . יעדער האט אבער קלאר געוואוסט אז דער מצב איז בכלל נישט אזוי לאכעדיג .
צוביסלעך האבן די בחורים אראפגעלייגט זייערע זאכן , יעדער אין א צווייטע ווינקל . יעדע בחור האט זיך אויסגעקליבן איין מאטראץ וואו ער וועט פארברענגען די נאכט , און אפשר אויך אריינכאפן א דרימל דערויף- פארשטייט זיך נאר אויב די היץ וועט ערלויבן אז מען זאל קענען פארמאכן די אויגן .
שבת אין מירון קען מען נישט באשרייבן . די תפילות אין די מערה , הארט נעבן די מקום מנוחה פון דער הייליגער תנא רבי שמעון פירט יעדעם אריין צו אן אנדערע וועלט .
די בחורים האבן זיך אלע ווידער געפינען אין זייער דירה נאך א דערהויבענע קבלת שבת און מעריב און זיך געגרייט אנצוהייבן פראווענען זייער סעודה . די ענגשאפט איז געווען גרויס , און אפילו די עסן האבן געליטן פון א מאנגל אין פלאץ ווען קוים האלב איז אריינגעגאנגען אין דעם קליינעם פרידזשידער וואס זיי זענען געווען מסופק אויב עס ארבעט גוט און קילט בכלל אפ גענוג שטארק .
" עס קומט זיך איר נישט די געלט ," האט שניאור אויסגערופן אינמיטן די סעודה .
" אכט הונדערט שקל איז איבערגעצאלט און איבערגעטריבן פאר אזא פארשימלטע בוידעם ," האט חיים צוגעגעבן .
" זאל מען איר טאקע נישט באצאלן ," האט אברמי צוגעלייגט היציג , אבער זעענדיג ווי זיינע חברים זענען נישט איינשטימיג אזוי הונדערט פערצענט מיט זיינע רייד האט ער אביסל אראפגעלאזט פון זיין רעטאריק , " אבער מען דארף איר זיכער געבן ווייניגער פון דעם אפגעשמועסטן פרייז , אכט הונדערט שקל איז גניבה !"
מיט דעם איז שוין יעדער געווען איינשטימיג , און אברמי האט געזען אז ער האט דער עולם האט ער ווייטער זיך אנגערופן , " איך וועל רעדן צו איר נאך שבת און מאכן זיכער אז זי באקומט נישט קיין שקל מער פון זעקס הונדערט ."
חיים האט זיך אנגעהויבן צו רוקן אויף זיין בענקל אביסל אומבאקוועם . די שמועס מיט די אלמנה אנהויב וואך האט ווידער אנגעהויבן צו שפילן אין זיין מח . ' איך בעט אכט הונדערט שקל ווייל פון דעם לעב איך א גאנצע וואך ...' איז איר קול געווען אזוי בעטנדיג און מיטגעמאכט .
און דא האט אנגעהויבן צו קוועטשן ביי חיים , ' צי מעג איך וויי טון אן אלמנה ? אמת , דער בוידעם איז אפילו נישט ווערד קיין זעקס הונדערט שקלים , אבער די צער און ווייטאג פון אן אלמנה איז אויך עפעס .'
" איך מיין אז מען זאל איר דאך באצאלן די אכט הונדערט שקל פון דעם אפגעשמועסטן פרייז ," האט זיך חיים אנגערופן , " אויב איך געדענק רעדט זיך עס פון א צעבראכענע אלמנה ."
אבער די בחורים האבן אנדערש געהאלטן , " אפילו אויב זי איז אן אלמנה קען זי נאך אלס נישט בעטן אכט הונדערט שקל פאר אזא צעבראכענע און פארשימלטע בוידעם , וואס פארמאגט ניטאמאל קיין עיר-קאנדישאן !" האט אברמי געזאגט בשעת ער ווישט זיך זיינע שווייס , " זי האט אונז פשוט אריינגענארט , ווייל ווען מיר ווייסן ווען פון פאראויס ווי אזוי די אכסני ' זעט אויס וואלטן מיט עס קיינמאל נישט גענומען ."
שניאור האט אבער אויך אויסגעזען ווי ער האלט מיט חיים . עס האט אים דאך געקיצלט אין מח א בילד פון אן אלמנה וואס ווארט אויף די געלט , און וועט זיין גאר וויי געטון אויב מען וועט מיט איר אראפהאנדלען די פרייז .
" איך האלט אויך אז מען דארף רחמנות האבן אויף איר , און איר געבן די פולע סכום ," האט זיך שניאור אנגערופן .
" רחמנות קומט דא נישט אריין !" האט אברמי נישט געהאלטן ביים אפלאזן די רודער , " איך וועל נאר געבן זעכציג שקלים פאר די שבת , און נישט קיין איין שקל מער !"
און נאך זיבן בחורים האבן צוגעשאקלט זייער קאפ צו אברמי ' ס רייד . שניאור האט זיך איבערגעבליקט מיט חיים , זיי זענען יעצט געווען צוויי אנטקעגן אכט , און עס האט נישט אויסגעזען ווי זיי וועלן קענען איבעררעדן זייערע חברים . אבער זייער געוויסן האט זיי נישט געלאזט אויפגעבן .
מוצאי שבת גלייך נאך הבדלה האט חיים אנגערופן די
December 4 , 2024 SHOPPERS ROUTE 153