קארגע פיר בענקלעך , א סינק , א קליינע פרידזשידער , אויפאמאל . און אן אלטע אויוון . אויך אפאר פאליציעס זענען דארטן געשטאנען מיט אביסל ארעמע געשיר וואס איז נישט צוגעקומען נאנט צו די צאל געשיר וואס זיי וועלן דארפן צו פראווענען דעם שבת .
די בחורים זענען געשטאנען אין שאק קוים קענענדיג קומען צום ווארט און אויסדרוקן זייער אנטוישונג .
" נא , צינד כאטש אן דעם עיר-קאנדישאן ," האט שניאור אויסגערופן .
די בחורים האבן אלע צוזאמען געריכטעט זייערע אויגן צו די פענסטער , אבער קיין עיר-קאנדישאן איז דארט נישט געווען . זיי זענען אפילו נישט געווען איבערראשט . זיי האבן שוין געשפירט די גאנצע מצב פון דעם בוידעם , און זיי וואלטן ענדערש געווען אין שאק ווען זיי טרעפן ' יא ' אן עיר-קאנדישאן .
צוויי בחורים זענען צוגעגאנגען צו די פענסטער און עס פרובירט צו עפענען א טראפ אז עפעס א פרישע לופט זאל כאטש אנפולן דעם בוידעם און אוועקטרייבן אביסל דעם שימל גערוך .
אבער חוץ פון א קליינע עפענונג האבן זיי גארנישט געקענט באקומען . דער פענסטער איז שטעקן געבליבן צווישן ראסטיגע נעגל , און צעבראכענע גלאז .
די ערשטע סעקונדע פון אנטוישונג האט זיך צוביסלעך אויפגעלאזט . אלע בחורים האבן אנגעהויבן צו רעדן
" דאס איז נישט נארמאל , מיר קענען נישט בלייבן דא פאר א גאנץ שבת !"
" עס איז אפילו נישט דא גענוג בענקלעך , אדער פלאץ פאר צען בחורים צו פירן דא א שבת סעודה !"
" זי האט אונז אויסגענארט , מען טאר איר נישט באצאלן !"
און פון צווישן אלע גערודער האט זיך די טיר געדרייט ווען אברמי האט אריינגעשטעקט זיין קאפ , " איז דאס די ריכטיגע אכסני '? איך שטיי נאך אלס אונטן און איך ווארט ."
שניאור האט זיך אויסגעדרייט ווען זיין פנים איז פארקרומט צו ווייזן זיין מיינונג איבער די דירה , " הלוואי קענען מיר דיר זאגן אז עס איז נישט די ריכטיגע דירה , אבער ליידער איז אונז באשערט צו פארוויילן שבת דא אין דעם פארשטיקטן בוידעם ."
אברמי האט זיך ארומגעקוקט ווען א לייכטע שמייכל באדעקט זיינע ליפן .
" וואס איז אזוי פאני ?" איז שניאור נערוועז געווארן פון זיין שמייכל .
" איך זע אז די דירה איז אויסשטאפירט מיט א ספעציעלע לוקסעס . אויב מען שטייט אויפן בעט קען מען זיך מאכן א קאווע . שטעל זיך פאר ...." האט אברמי
154 SHOPPERS ROUTE December 4 , 2024