12 4 24 | Page 152

נומער פון די בעלת הכסני ', " יא , א גוטע וואך , און ישר כח פאר די אכסני '. איך האב אייך געוואלט זאגן אז א חלק פון די בחורים זענען נישט געווען אזוי צופרידן מיט די אכנסי ', צוליב דעם ווילן זיי אראפהאנדלען צו זעקס הונדערט שקל . איך פיל אבער זייער שלעכט צו געבן ווייניגער ווי די אפגשמועסטע פרייז , דערפאר זאלט איר נעמען פון די בחורים די זעקס הונדערט שקל , אבער זארגט אייך נישט , איך מיט מיין חבר וועלן אייך שוין אפצאלן די איבריגע צוויי הונדערט שקל ."
חיים האט געהערט די קרעכץ פון די אנדערע זייט , און דאן א שטילקייט פון אפאר מינוט . " איר זענט מיט מיר ?" האט ער געפרעגט .
" יא , איך בין מיט אייך ," האט זי נישט געקענט באהאלטן די געוויין פון איר קול . " איך בין פשוט צו איבערראשט און דאנקבאר צו אייך ..."
און חיים האט שוין אלעס פארשטאנען . זיי זענען נישט די ערשטע גרופע וואס דינגט ארויס דעם צימער פון איר , און אויך נישט די ערשטע גרופע וואס וועט איר נאך שבת נישט געבן איר לאנג אויסגעווארטעטע געלט , ווייל די דירה איז עס נישט ווערד .
" איך וויל אייך באצאלן מיט א ברכה ," הערט חיים איר גערירטע קול ארויסקומען פון די קליינע לעכער פונעם טלפון , " זענט איר שוין א חתן ?"

אין נויט פאר א

רפואה שלימה ?

" דארפט איר ערהוילונג און פרישע קראפט ?"
בהמלצת הרה " ג רבי רפאל זקס שליט " א מו " ץ עדה החרדית
חז " ל לערנען אונז אז אן ' עין הרע ' קען צוריקהאלטן א שפע פון רפואה . ' עין בעין ' שטעלט צו א געפרואווטע סגולה פאר רפואה , דורך אן ' אָ‏ פּ‏ שפּ‏ רעכונג ', דורכגעפירט מיט אויטענטישע בליי לויט די מסורה , דורך הרב ר ' דוד רייכבערג שליט " א פון ירושלים עיה " ק . מיט אט דער מאכטפולער מיטל , ארבעטן מיר אויסצוקלאָ‏ רן דעם וועג פון און עפענען פאר אייך דער שפע פון רפואה . מיר טוען עס איינמאל און נאכאמאל , וויפיל מאל עס פעלט נאר אויס , כדי אוועקצונעמען אן ' עין הרע ' פון אייער נאמען .
72 $ פאר א שפרעך | $ 50 פאר א חודש
718-400-AYIN www . ayinbeayin . com
רופט היינט :
פאר א בו ביום עין הרע אָ‏ פּ‏ שפּ‏ רעכונג .
" ניין ". " איז זאגט מיר אייער נאמען , איך וויל אייך אינזין האבן ,"
" מיין נאמען איז חיים בן מלכה , און מיין חבר וואס שטייט דא נעבן מיר , זיין נאמען איז שניאור בן פריידא ."
" איך וועל אייך אינזין האבן ," האט זי געזאגט און אראפגעלייגט דעם טעלעפאן .
חיים האט געבלינקט אן איבערראשטער צו שניאור , און אויך שניאור האט נישט געטראפן די ווערטער צו אויסדרוקן זיינע געפילן . ס ' איז געווען א העכערע געפיל . א געפיל ווען א מענטש שפירט אז ער האט געטון עפעס זייער גוט .
נאך יענע חודש איז חיים א חתן געווארן , צו יעדעמ ' ס איבערראשונג . צוויי וואכן שפעטער איז שניאור אויך א חתן געווארן . אלע זענען געווען ערשטוינט , אלע חוץ די צוויי חתנים . זיי האבן יא געוואוסט וואס עס ליגט אונטער דעם אויסערגעווענליכע ערשיינונג .
•••
ווידער שטעלט זיך ארויס דעם " כל אלמנה ויתום לא תענון " ( א יתום און אן אלמנה זאלט איר נישט טשעפענען (. ווי ווייט דער אויבערשטער איז מיט יעדע צעבראכענע מענטש און ווי א גרויסע כח זייערע ווערטער פארמאגן .
152 SHOPPERS ROUTE December 4 , 2024