פארמיידט זאכן וואס ברענגען צופיל סטרעס ביינאכט
כדי אונזער גוף זאל קענען אריינגיין אין ' שלאף-mode ', דארף אונזער מח זיין די מערסטע רואיג און זארגלאז מעגליך . ליינען א גאר ציענדע בוך , הערן א צו-מוסר ' דיגע שיעור , אדער הערן דראמאטישע נייעס וועט צעשטורעמען אייערע געפילן און אייך ענדערש אויפוועקן ווי איינשלעפן ... ווען איר לייגט זיך שלאפן , ליינט א רואיגע , אפילו דווקא אן אומאינטערעסאנטע בוך , הערט רואיגע מוזיק ( חוץ אויב איר זענט דווקא מוזיקאליש (, אדער ( די בעסטע !( געוואוינט אייך צו איינצושלאפן אן גארנישט . לאזט אייערע געדאנקען פליסן פון איין ענין צו צווייטן און רעדט צו אייך אין געדאנק כאילו איר רעדט צו א קינד . ' יעצט גייט מען שלאפן ... ס ' איז אזוי רואיג ... און ווארעם ... און גוט ... שאאא ... איך פיל ווי איך שלאף שוין איין ... אלעס ווערט שטיל ... ס ' איז רואיג ...' אויב אייער מח לויפט צו ווילד און לאזט אייך נישט איינשלאפן , לוינט זיך יא צו ליינען עפעס אדער זיך צוהערן צו עפעס כדי אייך אוועקצונעמען די קאפ פון די שטורעמישע געדאנקען .
טרינקט נישט קיין קאווע צו שפעט אין טאג
ווער נאך ווי אונז ווייסן אז א קאווע פיר אזייגער נאכמיטאג איז גאנץ א געשמאקע ארטיקל ?... ס ' וועקט מיר אויף , גיבט מיר די געוואונטשענע שטופ אז איך זאל ווייטער קענען אנגיין מיט מיין ארבעט \ מיט די באסעס \ מיט די קינדער \ מיט ' ן טאג און גארנישט קען עס נישט טון אזויווי א גלעזל קאווע .
מאס פון עסנווארג / געטראנק
עסנווארג \ געטראנק
קאווע אליין איז נישט קיין פראבלעם , אבער אויב ווילט איר פארבעסערן אייער שלאף , האלט אין קאפ אז קאפעין , וואס ליגט אין קאווע , קען עס שטארק אפעקטירן . א שטודיע האט אויפגעוויזן אז קאפעין אנגעהויבן פון 6 שעה איידער ' ן גיין שלאפן קען שטערן די שלאף .
קאפעין ליגט אין נאך עסנווארג און געטראנקען חוץ אין קאווע . די פאלגנדע טשארט וועט אייך ווייזן וואו נאך קאפעין ליגט באהאלטן און וויפיל קאפעין עס ענטהאלט . ( דרך אגב , פאר ערוואקסענע איז רעקאמענדירט צו עסן נישט מער ווי 400 מיליגראם קאפעין א טאג .(
האט ______ קאפעין דערין
12 אונסעס קאווע 150-200 מיליגראם 8 אונסעס ( שווארצע און גרינע ) טיי 19-47 מיליגראם
8 אונסעס קאולע ( cola ) 22 מיליגראם
1 אונס
טינקעלע טשוקלוד 25-58 מיליגראם ( אזויווי באק-טשוקלוד )
1 אונס מילכיגע טשוקלוד 7 מיליגראם איין רעפטל טשוקלוד קוכן 10-36 מיליגראם
5.1 אונס טשוקלוד פאדינג 5 מיליגראם
כאפט נישט קיין דרימל צו שפעט אין טאג
איר קומט אהיים פון די ארבעט און איר לייגט זיך אראפ אביסל אויפ ' ן קאוטש ? איר ענדיגט לייגן
December 4 , 2024 SHOPPERS ROUTE 149