12 4 24 | Page 148

שלאפן די קליינע און איר שלאפט איין אויף איינע פון זייערע בעטן ? איר זענט צוגעוואוינט צו כאפן א דרימל גלייך נאכ ' ן אהיימקומען פון שולע ?
דרימלען דורכאויס דעם טאג קען צומאל זיין גינסטיג פאר אונזער איבערגעפולטן סדר היום . האלט נאר אין קאפ אז דרימלען פאר א לאנגע צייט , ספעציעל אינעם צווייטן האלב טאג , וועט אייך נישט לאזן איינשלאפן ווען איר ווילט גיין שלאפן פאר די נאכט . פארמיידט צו דרימלען פאר מער ווי 20 מינוט אין א צי – עס פארדרייט אונזער נאטירליכע שלאף-זייגער . אויב פילט איר אז איר מוזט זיך אראפלייגן ערגעץ דורכאויס דעם טאג , לייגט אייך ענדערש אראפ אנהייב טאג אדער כאטש אינמיטן טאג כדי די מיטן-טאג-דרימל זאל אייך נישט שטערן ביינאכט .
לעשט אויס די לעקטערס
' מעלאטאנין טאבלעטן ' איז אזא ברייטע , פארצווייגטע נושא . די מיינונגס-פארשידנהייטן דעראויף ציילן זיך אין די הונדערטער און יעדער איז באקאנט מיט כאטש איין צד דערפון . זאל מען עס נעמען יעדע נאכט ? קען עס שאטן פאר ' ן געזונט ? איז עס אדיקטיוו ? ארבעט עס טאקע ? למעשה מאכט א מעלאטאנין טאבלעט גרינג קענען איינשלאפן און געבן א melochew פאר א קינד אינמיטן טאג ארבעט טאקע ווי א צויבער-שטעקעלע .
לאמיר זיך אבער אפשטעלן ביי די מעלאטאנין חלק דערפון . וויפיל פון אונז ווייסן איבער אונזער נאטירליכע קוואל פון מעלאטאנין ?
מעלאטאנין איז א הארמאן וואס געפונט זיך נאטירליך אינעם גוף און איר פראצעדור איז נאנט פארבינדן מיט ליכטיגקייט . אלס אן ענטפער צו טונקלקייט , וועט אונזער גוף ארויסגעבן א דאזע פון מעלאטאנין , און אלס ענטפער צו ליכטיגקייט , וועט אונזער גוף אפשטעלן איר פראצעדור .
אויב זענען די פירהענג פארמאכט און די לעקטערס אויסגעלאשן , וועט אונזער מידיקייט שטייגן ווייל אונזערע מעלאטאנין שטאפלען וועלן שטייגן . אויב איז די לעקטער אנגעצונדן , אדער די אויגן זענען איבער א פאון אדער אן אנדערע סקרין וועט די מידיגקייט פאלן ווייל אונזערע מעלאטאנין שטאפלען וועלן פאלן .
איר קענט די געפיל פון ליגן אין בעט און זיך פלוצלונג דערמאנען אלעס וואס דארף נאך געטון ווערן און אלעס וואס איר וועט זיכער מארגן פארגעסן ?
... וויאזוי האב איך געקענט פארגעסן צו רופן מלכי איר זאגן מזל טוב ? ... און וויאזוי וועל איך געדענקען מיטצושיקן די צעטל מיט מרדכי ' לע וואס ער דארף געבן פאר זיין רבי מארגן צופרי ? ... אך ! וויאזוי האב איך נאכאמאל פארגעסן צו זאגן פאר מיין באסס איבער די נייע קליענט ?!
אן אויסגעצייכנטע עצה איז צו האלטן א פענע און פאפיר נעבן די בעט . ווען איר דערמאנט זיך עפעס , אנשטאט איבערצוקייען די אויפגאבע אין געדאנק און האפן אז איר וועט עס נישט פארגעסן ביז מארגן , שרייבט עס שנעל אראפ אויפ ' ן פאפיר . אזוי איז די דאגה אראפ פון קאפ ווייל איר זענט רואיג אז צופרי וועט איר איבערליינען דעם ליסטע .
148 SHOPPERS ROUTE December 4 , 2024