12 4 24 | Page 147

אויב איז וויכטיג צו האבן א קליינע לעקטער אפן אינעם צימער , כאפט א בליק אויפ ' ן בילד צו זען וועלכע סארט לעקטער איר זאלט שאפן .
ווארעמע קאלירן וואס דעס זענען ווי רויט \ אראנאנדש \ געל א . ד . ג . וועט בעסער צוגרייטן אונזער מח צו גיין שלאפן , און קעלטערע , ליכטיגערע קאלירן ווי בלוי \ גרין \ פערפל א . ד . ג . וועלן אפשטעלן אדער פארשטייטערן מעלאטאנין פראדוקציע אין אונזער גוף .
דיעטע
ווי אינטערעסאנט עס הערט זיך , שפילט דיעטע א שטארקע ראלע אין ווי מיד מיר זאלן פילן . שטודיעס האבן אויפגעוויזן אז מאלצייטן וואס זענען הויך אין פעטנס און מאלצייטן וואס זענען מערסטנס קארבס ( אזויווי המוציא , מזונות , קארטאפל א . ד . ג .( מאכט מיד נאכ ' ן עס עסן .
גרויסע מאלצייטן וועלן אויך מאכן א מענטש מידער ווי געווענליך .
דערנאך זענען דא עסן וואס זענען רייך אין די אויבנדערמאנטע מעלאטאנין . אויב זוכט איר אן עסנווארג וואס וועט אייך מאכן גרינגער איינשלאפן , זענען זיי גאר גוטע אויסוואלן , אבער אויב זוכט איר אוועקצונעמען מידיגקייט , פארמיידט די פאלגנדע עסנווארג .
מילך / מילכיגס – מילך איז א רייכע קוואל פון מעלאטאנין . נישט קיין וואונדער יהודית האט געברענגט אסאך מילכיגס פאר אליפרני ... טרינקען א ווארעמע גלעזל מילך איז א באקאנטע מיטל וויאזוי זיך איינצושלעפן . אויב ווערט איר אבער מיד נאכ ' ן טרינקען צופיל מילך , זעט עס צו פארמיידן .
– Pistachios איז אויך א רייכע קוואל פון מעלאטאנין . מאנדלען ( almonds ) און קעשוס ( cashews ) פארמאגן אויך א קוואל פון מעלאטאנין , אבער pistachios פארמאגט די מערסטע .
פעטע פיש – סאלמאן און טונא זענען ביידע רייך אין מעלאטאנין , אבער ס ' ברענגט דווקא א געזונטע שלאף סקעדואל און מאכט אז מען זאל בעסער קענען פונקציאנירן דורכאויס דעם טאג . א שטודיע האט אויפגעוויזן אז מענטשן וואס האבן געגעסן סאלמאן דריי מאל א וואך זענען בעסער געשלאפן און האבן בעסער געקענט אנגיין מיט זייער סדר היום ווי מענטשן וואס האבן נישט געגעסן .
.
. 2
.
שלאף גוררת שלאף
וואס גייט פאר מיט מיר ? איך בין געשלאפן פאר 2 שעה און איך פיל ווי איך בין געשלאפן בלויז א זעקסטל דערפון . איז אלעס בסדר ?
שלאף גוררת שלאף איז בכלל נישט קיין וויץ . ווען מיר שלאפן צו סאך , צעמישן מיר אונזער
December 4 , 2024 SHOPPERS ROUTE 147