ביאלאגישע זייגער און ס ' הייבט אן דערציילן פאר אונזערע צעלן א פאלשע מעשה . דאס ברענגט די געפיל פון מידעקייט – כאטש איך האב נישט קיין שום סיבה יעצט צו זיין מיד .
א צענערלינג – טינעידשער דארף שלאפן -8 0 שעה א נאכט , ערוואקסענע , 7-9 שעה א נאכט , און עלטערע מענטשן דארפן בערך 7-8 שעה שלאף א נאכט . געוויסע עקספערטן פארגינען אן איבריגע 20 מינוט לענגער שלאף פאר פרויען ווי פאר מענער – אבער דאס מאכט נישט אזא גרויסע חילוק . אויב זעט איר זיך נאך אלס דריקן סנוז נאך אייערע רעקאמענדירטע שעות שלאף זייט וויסן אז שלאפן מער וועט אייך צומאל נישט מאכן מער אויסגערוהט . עס צעמישט בלויז אונזער סיסטעם און פארנוצט אונזער ענערגיע אויף שלאף אנשטאט אויף פיזישע אקטיוויטעטן .
דאס איז אודאי געזאגט געווארן נאר אויף געזונטע פעלער . אויב אייער מידעקייט לאזט נישט נאך , עס גייט אן פאר אסאך טעג און איר קענט זיך נישט ארויסדרייען דערפון , איז וויכטיג עס דורכצורעדן מיט א דאקטער צו מאכן זיכער אז ס ' איז נישט עפעס ערנסט .
האנדלט אייך איין א גערודער מאשין
געוואנדן ווי טיף איר שלאפט , וועלן קולות ארום אייך ביים שלאפן שטערן אויף אנדערע שטאפלען . שטערן קען מיינען אדער זיך פאקטיש אויפוועקן , אדער בלויז אז איר זאלט זיך אומבאוואוסטזיניגערהייט אויסדרייען צו די צווייטע זייט . געשטערטע שלאף וועט אייך נישט צופיל אויסרוהען און איז ווייט נישט אזוי אפעקטיוו ווי אומגעשטערטע שלאף .
אויב שלאפט איר נישט צו טיף און עס זענען דא צו סאך קולות ארום אייער שלאף , וואלט איר הנאה געהאט פון א גערודער מאשין . א גערודער מאשין וועט אייך געבן א כסדר ' דיגע קול און עס וועט אוועקנעמען אנדערע זייטיגע קולות .
בעצם האט א גערודער מאשין נישט קיין שום געזונטהייט ריזיקע , חוץ אויב ס ' איז צו הויך און ס ' קען שאטן פאר די אויערן .
זייט נאר וויסן אז א גערודער פון וואסער \ א וואלד \ פייגלעך טשיפקען איז א פשוט ' ע געוואוינהייט און וועט נישט באמת העלפן שלאפן . פארוואס ? ווייל די קולות , כאטש ס ' איז אויף א כסדר ' דיגע פארנעם , ווערן שטילער און העכער , דערפאר כאטש איר שלאפט דורך די נאכט , גיבט עס נישט די רואיגסטע שלאף פאר ' ן מענטש .
אודאי איז די שקלה וטריא אויך ארום געוואוינהייט . אויב א צענערלינג קען נישט איינשלאפן אן א גערודער מאשין און אין די זומער אין קעמפ וועט זי נישט לאזן א האלבע באנק איינשלאפן דורך איר גערודער מאשין ווייל זיי וועלן דווקא נישט קענען איינשלאפן מיט די גערודער מאשין , לוינט זיך אפשר זיך אפצוגעוואוינען דערפון איידער ס ' איז צו שפעט .
זוכט איר זיך אפצוגעוואוינען דערפון ? מאכט עס אביסל שטילער יעדע נאכט ביז איר לעשט עס אינגאנצן אויס .
זאגט פאר איינעם עס אויסצולעשן פאר אייך אינמיטן די נאכט , אדער שטעלט עס אן אז עס זאל זיך אליין אויסלעשן .
אין א נאכט וואס איר זענט זייער מיד , פרובירט איינצושלאפן אן דעם .
146 SHOPPERS ROUTE December 4 , 2024