געוואוינט אייך צו צו א געטוישטע זייגער
אפשר האלטן מיר שוין יעצט דערנאך , אבער ס ' איז גוט צו געדענקען פאר ' ן קומענדיגן מאל . ווערט אייער שלאף סקעדואל שטארק געשטערט ווען מען רוקט דעם זייגער ? דאקטוירים רעקאמענדירן צו רוקן דעם זייגער ' צוביסלעך '.
טוישט אודאי נאכנישט אייער זייגער , אבער אויב ווייסט איר אז איר וועט זיך דארפן צוגעוואוינען צו גיין שלאפן פריער \ צו קענען אויפצושטיין א שעה פריער ווי ביז יעצט , הייבט אן אויפשטיין מיט צען-צוואנציג און דערנאך דרייסיג-פערציג מינוט פריער פאר אפאר טעג .
פארמיידט קאפעין די טאג וואס איר הייבט אן גיין שלאפן פריער און מאכט זיכער ס ' איז אינגאנצן טונקל אין אייער צימער כדי ס ' זאל אייך זיין גרינגער איינצושלאפן .
די שוועריגקייט מיט ' ן שלאפן וואס קומט מיט רוקן דעם זייגער האלט געווענליך אן פאר אפאר טעג ביז פאר גאנצע צוויי וואכן . ס ' איז די זעלבע נושא ווי – jet lag די שוועריגקייט מיט ' ן סקעדואל ווען מען פליט פון איין קאנטינענט ביז ' ן צווייטן . אויב ווייסט איר אז איר וועט דארפן פליען , איז אפשר גוט זיך צוצוגרייטן צו די סקעדואל וואס איר וועט זיך דארפן צוגעוואוינען צו .
אלעס ארום שלאף
ח . גראס
.
טיפס צו קענען צוריק איינשלאפן
ס ' איז טיף אינמיטן די נאכט , איר זענט שוין ענדליך איינגעשלאפן און ... מזל טוב , די מיסט- טראק איז דא . אייער פענסטער איז פונקט נעבן די מיסט-קאסטנס און די קולות פונעם טראק איז העכער ווי אייער וועקער זייגער . אז איר שלאפט צוריק איין נאך א האלבע מינוט איז גוט , אבער אז נישט ... רוב פון אונז זענען באקאנט מיט די ענקזייעטי פון קוקן אויפ ' ן זייגער , כ ' ווייס אז כ ' דארף מארגן אויפשטיין , 7 : 0 כ ' האב זיך קוים אריינגעלייגט אין בעט , און .. פארוואס קען איך נישט צוריק איינשלאפן ?!
אפאר גוטע טיפס :
גייט דורך אייער גאנצע קערפער אין געדאנק . הייבט אן מיט אייער קאפ . פארשטייפט די מוסקלען אין אייער פנים לייכטערהייט און דערנאך לאז עס
געמיטליך צוריק אויף . דאס דארף נעמען בערך 0-20 סעקונדעס . גייט ווייטער צו אייער האלז . פארשטייפט , און דערנאך לאזט עס צוריק אויף רואיגערהייט . דערנאך די אקסלען , די ארעמעס א . א . וו . לאזט אייך פילן די רואיגקייט פון אויפגעלאזטע מוסקלען בשעת איר גייט פון איין חלק פון אייער קערפער ביז ' ן צווייטן .
4-7-8 אטעמען : צו טון דעם איבונג , אטעמט טיף אריין בשעת איר ציילט ביז . 4 האלט אן אייער אטעם פאר 7 סעקונדעס און אטעמט ארויס פאר 8 סעקונדעס .
אויב ליגט איר שוין פאר איבער 5-20 מינוט , איז צומאל א שאד צו בלייבן ליגן ווייל ס ' מאכט נאר מער אנגעצויגן . נעמט אן אומענטערעסאנטע בוך , הערט רואיגע מוזיק אדער א רואיגע שיעור ביז איר ווערט שוין גענוג מיד צוריק איינצושלאפן .
. 2
.
December 4 , 2024 SHOPPERS ROUTE 145