. 4
. 5
.
איר קענט פרובירן ארויסצוגיין פון בעט פאר אפאר מינוט און טון עפעס א רואיגע אקטיוויטעט , אזויווי ' doodle ' ען אויף א פאפיר – מאלן וואס קומט אייך ארויס פון די האנט אן אריינטראכטן דערין , צאמלייגן וועש א . ד . ג .
פאר קינדער וואלט איר גע ' עצה ' ט צו ציילן שעפעלעך , אבער פאר זיך אליין דארף מען אליין אויפקומען מיט א רואיגע סצענע . טראכט פון א ברייטע אקעאן , א שיינע גארטן , ענדלאזע שטרעקעס פון גראז ( אפשר מיט שעפעלעך ?...( - א פלאץ וואו איר וואלט זיך געפילט די מערסטע רואיג . שטעלט אייך פאר איר שפאצירט ארום דעם פלאץ און ' זעט ' זיך דארט מיט אלע פינף חושים . וואס הער איך דא ? וואס זע איך ? וואס פילט מען דא ? וואס איז די שמעק פונעם פלאץ ?
וואס נישט צו טון :
. 2
.
הער אויף צו קוקן אויפ ' ן זייגער . ס ' מאכט סתם מער אנגעצויגן . חזר ' ט זיך ענדערש אין געדאנק אז ס ' איז באשערט יעדע מינוט וואס איר שלאפט יא אדער נישט .
עסן א סנעק אדער א קלייניגקייט קען ווערן א געוואוינהייט און איר וועט זיך אויפוועקן יעדע נאכט הונגעריג .
טוט נישט אן אויפגאבע וואס איר וואלט ווען געדארפט טון אינמיטן טאג . אויב עס פאסירט יעדע נאכט , וועט אייער ביאלאגישע זייגער אייך אויפוועקן אז זאכן דארפן נאך געטון ווערן .
פלוצלימע מידיגקייט-פלוצלימע אויסגערוהטקייט
צומאל פאסירט אז איך בין אזוי מיד אז כ ' פיל ווי כ ' פאל אראפ , און בלויז צוויי מינוט שפעטער בין איך פריש אויסגערוהט . וויאזוי ארבעט דאס ?
אזש ס ' דאכט זיך אייך ס ' איז 2 : 0 אינמיטן די נאכט , מיינט דאס באמת גארנישט . ס ' איז רוב מאל א צייטווייליגע זאך און אויב איר שטופט עס דורך וועט איר ביז א האלבע שעה-א שעה ניטאמאל געדענקען אז איר זענט געווען מיד .
לאנגווייליגקייט קען אויך ברענגען פיזישע מידיגקייט . אויב טוט איר שוין די זעלבע זאך פאר א שעה צייט , לוינט זיך זיך אויפצושטעלן א מינוט און ארומשפאצירן דעם צימער כדי נישט צו ווערן צו אראפגעשלעפט .
נידריגע צוקער אין די בלוט קען אויך ברענגען די פלוצלימע מידיגקייט . נידריגע צוקער קען שטארק אראפשלעפן א מענטש אבער אויב איר עסט אדער טרינקט עפעס , אפילו בלויז א טרינק וואסער , וועט אייער צוקער גלייך צוריק ארויפגיין .
ס ' איז אינטערעסאנט וויאזוי אונזער מח שפילט אויף אונזערע פיזישע געפילן . ליינענדיג די שלאף ארטיקל ( און ווער רעדט נאך עס שרייבן ...( שפירט איר מן הסתם ווי אייערע אויגן קלעבן , אייערע הענט הייבן זיך אן צו רוקן שטייטער און עס גליסט זיך אייך אריינצופאלן אין בעט . ס ' איז פשוט ווייל אין אונזער מח פארעמען זיך אזויפיל בילדער פון קישענעס און דאכענעס און שלאף אז ס ' דאכט זיך אים אז יעצט דארף מען גיין שלאפן .
דערפאר , אויב ווייסט איר אז איר זענט גענוג געשלאפן , קענט איר רואיג איגנארירן דעם געפיל און פרובירן זיך צו שטארקן ביז ס ' גייט אריבער .
געוויסע קאלירן קענען אויך מאכן א מענטש מיד . געוויסע סארטן בלוי , פערפל און רויט האבן אן אינטערעסאנטן אפעקט אויף אונזער מח . ס ' מאכט א מענטש פילן מיד און אראפגעשלעפט בלויז פון קוקן דעראויף .
Optical illusions קענען אויך מאכן א מענטש פילן מיד , צום ביישפיל די :
די מידעקייט און אויסגערוהטקייט רוטין וואס אונזער גוף איז צוגעוואוינט צו , קען צומאל האבן אינטערעסאנטע , מאדנע תקופות אינמיטן טאג . אויב 4:00 נאכמיטאג כאפט אייך אן א מידעקייט
144 SHOPPERS ROUTE December 4 , 2024