12 4 24 | Page 143

אומגעלונגענע דרימל :
זענט איר פון די מענטשן וואס שטייען אויף נאך א דרימל מיט א באמבעדיגע קאפ-וויי , פארקלעבטע אויגן , און איר פילט ווי די גאנצע הויז שווימט ארום אייך ? מ ' קען עס רופן מוצאי ‏-דרימל-מידיקייט , אבער ס ' איז נישט קיין וויץ . קודם כל זענען דא געוויסע מענטשן וואס וועלן פשוט נישט גוט רעאגירן צו א דרימל . זיי וועלן אויפשטיין מידער ווי זיי האבן זיך אראפגעלייגט , נישט קענען איינשלאפן ביינאכט , און זיין נישט גוט געלוינט פאר די קומענדיגע דריי שעה . פאר רוב מענטשן וועט אבער די אומאנגענעמע געפיל אנהאלטן פאר בלויז א קורצע צייט און דערנאך וועלן זיי געפינען די אזוי-געזוכטע ענערגיע וואס זיי האבן געהאפט אויף .
דערפאר איז וויכטיג אז א מענטש זאל זיך קענען און לויט דעם מאכן זיין באשלוס צו ס ' לוינט זיך אים א דרימל אדער נישט .
צענערלינגען און שלאף :
יעדע צענערלינג זאגט אז זי איז א . night owl א געווענליכע -5 -6 7 יעריגע ' ס אויגן קלעבן נישט 0:00 ביינאכט און זיי ווילן נישט דווקא אויפשטיין פארטאגס און אויפטון א געוואלד אין די צופרי שעות . איר קענט איינעם אנדערש ?... רוב צענערלינגען וועלן קענען אויפזיין אין די נעכט אריין , אויפשטיין נאר ווען מען מוז , און דורכשלאפן פרייטאג \ שבת \ זונטאג אויף א פארנעם ווי מען וואלט געהאלטן נאך א פולע יאר זיין וואך .
בלויז -5 7 % פונעם אלגעמיינעם באפעלקערונג זענען טאקע night owls
( - אן אויסדריק אויף מענטשן וואס זענען די מערסטע פראדוקטיוו ביינאכט און קענען נישט אויפשטיין אינדערפרי ) אבער נישט יעדע איינציגסטע צענערלינג קען זיך פאררופן אויף דעם נאמען ... די תאווה אויפצובלייבן ביינאכט און שלאפן צופרי נעמט זיך באמת פון א פיזישע טויש אין צענערלינגענ ' ס קערפערס . די טויש מאכט שווערער איינצושלאפן פאר : 00 ביינאכט . חוץ פון דעם האבן רוב צענערלינגען אן אנגעפולטן סדר היום און ס ' איז טאקע שווער צו גיין שלאפן אין צייט .
רוב צענערלינגען שלאפן בערך 6.5-7 שעה א נאכט , ווען באמת דארפן זיי -8 0 שעה כדי צו שטיצן די קריטישע פיזישע און גייסטישע אנטוויקלונג וואס פאסירט דווקא אין די יארן .
מיר כאפן אבער נישט וואספארא וויכטיגע אנטוויקלונגען עס פאסירן דווקא אין די צענערלינג יארן , און דווקא בשעת ' ן שלאפן . די גייסטישע וואוילזיין פון א מענטש ווענדט זיך שטארק אין זיינע שלאפן-געוואוינהייטן . און א צענערלינג , וואס דעמאלטס פארעמט זיך שטארק אויס די גייסטישע געזונטהייט , מוז די וויכטיגסטע צוקומען צו די נויטיגע שעות שלאף כדי אויפצואוואקסן גייסטיש געזונט .
די פיזישע בענעפיטן זענען אויך ווייט נישט אוועקצומאכן . בשעת ' ן שלאפן טיף – וואס דאס פאסירט נאר אויב שלאפט מען גענוג – גיבט דער קערפער ארויס הארמאנען וואס מוטיגן דעם גוף צו וואקסן , זיך פארשטערקערן און אויסהיילן . אפילו די מח בעניפיטירט שטארק דערפון – אסאך לערנען און פאקוס ' ן פראבלעמען ווערן געהיילט אין די טיפע שלאף . ווען א צענערלינג באקומט די -8 0 געפאדערטע שעות טוט ער זיך אליין די גרעסטע טובה .
דרך אגב , דורכשלאפן א פרייטאג \ שבת איז נישט אזוי שעדליך ווי ס ' זעט אויס . לעצטיגע שטודיעס צייגן אז ס ' איז דווקא גינסטיג צו באצאלן פארפעלטע שעות שלאף – אפילו אויב אלעס געשעט בלויז אויף איין טאג . ס ' איז זיכער בעסער ווי סיי נישט שלאפן אינמיטן די וואך און סיי בלייבן מיט ' ן ' דעפיציט '...
שנארכן – Snoring
שלאף איז אפטמאל א סינאנים מיט שטילקייט , רואיגקייט ... פאר 40 % ערוואקסענע איז עס נישט ממש אזוי . רוב מענטשן וועלן שנארכן ערגעץ אין זייער לעבן .
וויאזוי פאסירט דאס ?
ווען מיר שלאפן , בארואיגן זיך די מוסקלען אין אונזער האלז . אויב ווערט עס אביסל צו רואיג , ווערט די לופט-רער צו שמאל פאר לופט אריבערצוגיין און דאס מאכט די אומאנגענעמע קול . ( ס ' איז בערך די זעלבע געדאנק ווי ווען
December 4 , 2024 SHOPPERS ROUTE 143