12 4 24 | Page 142

איר האט אן אנגעפולטע באלאן און איר לאזט די לופט ארויסגיין פון זיך אליין אדער אויב איר ציט אויס די פלעסטיק אזוי אז עס בלייבט בלויז א שמאלע פלאץ פאר די לופט .( ווי שמאלער די לופט-רער ווערט , אלס העכער וועט זיין די שנארכן . וואס קען מען טון דערוועגן ?
פארלירט וואג . ס ' איז ווייט נישט די איינציגסטע סיבה פארוואס איינער זאל שנארכן , אבער ס ' איז גאנץ פשוט : אויב האט איר צופיל איבריגע וואג אויף אייער האלז , ווערט די לופט-רער אויך בלאקירט . מענער האבן בטבע שמעלערע לופט-רערן בכלל און דערפאר שנארכן זיי טאקע מער .
שלאפט אויף אייער זייט און נישט אויף אייער רוקן . שלאפן אויף די רוקן וועט פארשמעלערן די לופט-רערן און שלאפן אויף די זייט וועט עס האלטן די מערסטע אפן . ס ' נעמט צייט זיך צוצוגעוואוינען דערצו , אבער די תוצאות זענען ווערד די פלאג .
רייכערן און טרינקען אלקאהאל קען אויך ברענגען שנארכן . רייכערן צוקראצט די אינעווייניגסטע טיילן פון די האלז און
אלקאהאל ' בארואיגט ' צו שטארק די האלז מוסקלען .
טרינקט מער וואסער .
איינער אין אייער צימער שנארכעט ?
קודם כל , געדענקט אז די איינציגסטע זאך וואס יענער טוט איז ער אטעמט . ס ' איז נאטורליך און נויטיג צו אטעמען – און יענער מוז עס טון דורכאויס די נאכט .
שלאפט מיט א גערודער מאשין .
וועקט אים \ איר לייכטערהייט אויף כדי יענער זאל זיך ארומדרייען צו די זייט . אין די פריע 900 יארן פלעגט מען ארויפנייען באליס אויף די פידשאמע-ריקן אז מען זאל זיך נישט בטעות אויסדרייען צו שלאפן אויף די ריקן אינמיטן די נאכט . נישט אז איר דארפט אדער זאלט עס טון , אבער געדענקט אז ווען יענער שלאפט אויף די זייט הערט זיך עס רוב מאל אויטאמאטיש אויף .
.
אויב האט איר געמיינט אז איר זענט די איינציגסטע וואס קען נישט דורכשלאפן די נאכט האט איר געמאכט א טעות . טייערע ליינער , מיר ווילן הערן פון אייך ! לאמיר הערן פון אנדערע . וויאזוי זעט אייער שלאף אויס ?
איך שלאף איין די רגע מיין קאפ רירט אן די קישן און איך שלאף דורך ביז מיין וועקער-זייגער קלינגט .

סורוועי !

איך פלאג זיך מיט ' ן איינשלאפן ... און מיט ' ן אויפשטיין . איינמאל איך שלאף איין שלאף איך דורך ביז אינדערפרי , אבער צופרי איז מיר מורא ' דיג שווער ארויסצוקומען פון בעט .
. 2
.
רופט אונז אריין מיט אייער ענטפער . 718-599-3444x3
און מיר וועלן פארעפנטליכן די פראצענטן קומענדיגע וואך אי '' ה .
איך שלאף גרינג איין אבער וועק זיך אפטמאל אויף אינמיטן די נאכט פון זיך אליין \ פון א בעיבי וואס וויינט \ פון קולות ביי מיין פענסטער . מיין שלאף ווערט געשטערט און די רעזולטאטן דערפון זעען זיך אן אויפ ' ן קומענדיגן טאג .
142 SHOPPERS ROUTE December 4 , 2024