אינטערעסאנטע פאקטן איבער חלומות
רוב מענטשן קענען נישט ליינען קיין ווערטער אין א חלום .
חיות חלומ ' ען אויך – און זיי קענען אפילו חלומ ' ען פון מענטשן !
א חלום וועט נעמען פון אפאר סעקונדעס ביז צוויי שעה לאנג .
איר זענט נישט די איינציגסטע צו חלומ ' ען וויאזוי מען לויפט אייך נאך , איר אנטלויפט אדער אז די גאנצע וועלט איז קעגן אייך . שטודיעס צייגן אז 80 % חלומות זענען נעגאטיוו .
39 % מענטשן גיבן איבער אז זיי חלומ ' ען וויאזוי זייערע ציינער פאלן ארויס . ( אויב חלומ ' ט איר עס אויך די קומענדיגע נאכט זענט איר נישט א טייל פון די - 39 % איר האט עס מן הסתם גע ' חלומ ' ט ווייל איר ליינט עס יעצט ...(
אין א חלום קען מען נאר זען פנימ ' ער וואס מען האט אמאל געזען .
מען חלומ ' ט 4-6 מאל א נאכט , אבער 90-95 % חלומות ווערן פארגעסן .
ווי ווייניגער איר שלאפט א נאכט אלס מער וועט איר חלום ' ען .
... און די אינטערעסאנטסטע חלומות פאסירן דווקא ווען איר שלאפט בלויז פאר 20 מינוט .
88 % מענטשן חלומ ' ען אין אלע קאלירן , אבער 12 % מענטשן חלום ' ען אויף שווארץ און ווייס .
א פרוי ' ס חלומות וועט 50 % מער מאל ארייננעמען געפילן ווי מענער ' ס חלומות .
מען קען קיינמאל נישט וויסן וויאזוי א חלום האט זיך אנגעהויבן . איר געדענקט ' זיך טרעפן ' אין א געוויסע פלאץ , אבער באמת קען עס זיין בלויז די סוף פון א חלום .
50 % מאל וועט א חלום זיין אינגאנצן שטיל מיט בלויז בילדער וואס רוקן זיך אבער קיינער גיבט נישט ארויס קיין קול .
געוויסע שטודיעס צייגן אז
זייער
|
זאלציגע און ספייסי עסנווארג
קען
|
ברענגען ווירבלדיגע און
קוריאוזע
|
חלומות און אנדערע זאגן אז
קעז
|
ווילדערע |
אפילו |
קען ברענגען
חלומות .
|
א מענטש קען נישט ' sneeze ן אין א חלום . אפשר ווייל מ ' איז אזוי פארנומען צו פאלן און פליען אז מ ' האט נישט קיין צייט דערפאר ?...
בלינדע מענטשן חלום ' ען אויפ ' ן זעלבן אופן וויאזוי זיי לעבן . זיי קענען שמעקן , פילן , און הערן דורכאויס זייער טאג און אויפ ' ן זעלבן אופן חלום ' ען זיי – זיי שמעקן , פילן , און הערן די חלום .
December 4 , 2024 SHOPPERS ROUTE 141