ח . גראס
די הימל פאררויטלט זיך , די נאכט פאלט צו , און די וועלט
קריכט אונטער א ווארעמע דעקע פון טונקלקייט און מנוחה .
די געווירבל פונעם טאג פאלט צוביסלעך אוועק און נאכט
נעמט ענדליך איבער איר פלאץ . ס ' איז שא-שטיל . דער עולם איז אין ' רעטשארדזש ' mode . יעדער רוהט זיך יעצט אויס מיט א גוטע נאכט שלאף כדי זיך אנצושעפן מיט
כוחות פאר ' ן קומענדיגן טאג .
שלאף
... איז פארוואס , פונקט צוויי אזייגער אינמיטן העלן טאג , האב איך די תאווה אז די הימל זאל זיך שוין פאררויטלען און די נאכט זאל שוין צופאלן כדי איך זאל קענען אריינקריכן אין א דעקע פון טונקלקייט און מנוחה ? וואס שלעפט מיר אזוי אראפ פונקט אינמיטן טאג ? וואס מאכט מיר אזוי מיד אין א צייט וואס איך וואלט ווען געדארפט זיין אויסגערוהט ?
גרויס און קליין ווייסן צו זאגן אז א גוטע נאכט שלאף ברענגט א גוטע טאג . איז ... וויאזוי קען
איך פארבעסערן מיין נאכט שלאף ?
צווישן שלאף און שלאף איז דא א חילוק פון הימל און ערד . וואס וועט מאכן די חילוק ? די
קוואליטעט דערפון . אומצאליגע פאקטארן וועלן צוגעבן אדער אוועקנעמען צו די רייכקייט פון מיינע
שעות שלאף . אויב טרעפט איר זיך אפטמאל -2:00 אינמיטן-העלן-טאג-טויט-מיד סיטואציע , ליינט ווייטער .
וואס זענען עטליכע פאקטארן וואס וועלן פארבעסערן די קוואליטעט פון מיין שלאף ?
די ' שלאף ' ארטיקל וועט זיין צעטיילט אין צוויי . די וואך וועלן מיר לייגן א דגוש אויף זיך אליין – אויף וויאזוי ערוואקסענע קענען פארבעסערן זייער שלאף , און קומענדיגע וואך וועלן מיר פאקוס ' ן אויף קינדער .
150 SHOPPERS ROUTE December 4 , 2024