איינער וואס פארשטייט גוט צו בעיביס און העלפט ארויס מיט יעדע זאך וואס העלפט אידישע מאמעס הנאה האבן פון די baby stage תקופה . איך לערן אויס מאמעס צו ארויסהעלפן בעיביס גיין שלאפן גרינגערהייט און פרייליכערהייט און שלאפן גוט . ווי אויך צו פארשטיין די בעיבי ' ס באדערפענישן און וויאזוי זיי צופרידנצושטעלן .
וויאזוי אפעקטירט די בעיבי ' ס שלאפן גיין אויף די גאנצע טאג ?
שלאפן לאזט השפעה אויף די בעיבי ' ס עסן , און עסן לאזט א השפעה אויף שפילן ( און איינזיצן ) ס ' איז אלעס איין גרויסע בילד און ווען די שלאפן גיין איז אין פלאץ , פאלט אלעס אנדערש אויך אין פלאץ .
וויפיל בעיביס און מאמעס האסטו שוין געהאלפן ?
ס ' איז שווער צו זאגן נאכ ' ן ארבעטן מיט אזויפיל הונדערטער מאמעס ב " ה און איך האב נישט קיין פינקטליכע חשבון , אבער פער חודש האב איך בערך
16 קליענטן .
וואס איז " Lull-a-Baby ' s מהלך ?
עטליכע זאכן . ערשט , צו לייגן די בעיבי אויף א סדר אז קודם קומט עסן , דערנאך שפילן און דערנאך שלאפן . די סדר חזר ' ט זיך איבער כסדר .
צוויי , צו פארשטיין א בעיבי ' ס סיגנאלן ווען ס ' הייבט אן צו ווערן מיד און צו פארמיידן פון ווערן . overtired דריי , א וועג צו לייגן שלאפן די בעיבי מיט געשמאק , די בעיבי זאל פילן רואיג און פארזיכערט אז די מאמע איז דארט צוזאמען מיט אים ( מ ' איז אבער פארשטייט זיך נישט דארט פיזיש די גאנצע צייט …(
איך האב לעצטנס געהערט פון א נייע קערידזש וואס ארבעט מיט עי-איי טעכנאלאגיע און וועט קענען זאגן פארוואס די בעיבי וויינט . אויך וועט עס קענען שאקלען די בעיבי צו בארואיגן … וואס זאגט איר צו דעם ?
גראדע האלט איך נישט פון שאקלען ווייל ס ' איז א זאך וואס סטומירלירט און לערנט נישט אויס איינשלאפן אליין . אויך וועגן וויינען איז בעסער מ ' זאל אליין פארשטיין די בעיבי , מ ' זאל אינוועסטירן אין באקענען די נאנסטע צו אונז … א שאד צו פארלירן די געלעגנהייט .
איך וואלט נישט רעקאמענדירט די קערידזש .
צי קענט איר געבן א ביישפיל וויאזוי ס ' זעט אויס פאר ' ן sleep train ' n און נאכדעם ?
א מאמע האט געבעטן מיין הילף מיט איר דריי חדשים ' דיגע קינד וואס האט גוט געגעסן אבער געוויינט נאכדעם . די קינד איז שוין גווען אויף reflux מעדיצין .
ס ' האט גענומען גאנצע צוויי שעה צו איינשלעפן דאס קינד דורך אלע סארט וועגן . האלטן , שאקלען , געבן צו עסן … און צען מינוט נאכ ' ן ענדליך איינשלאפן איז די בעיבי געווען אויף ! מ ' איז געווען פארנומען א גאנצן טאג מיט די בעיבי .
מ ' האט אנגעהויבן צו ארבעטן מיט אונזער מהלך וואס נעמט געווענליך נישט מער ווי ניין טעג איינצופירן , אבער דא האט מען געהאנדלט מיט אן עקשן , און ס ' האט גענומען צוועלף טעג .
אבער אוי ווי מ ' האט געזען א חילוק אויפ ' ן קינד .
מ ' האט אים אראפגענומען פון די מעדיצין ווייל ער האט בכלל נישט געליטן אויף reflux נאר אויף א " שלאפן דעפעציט ".
יעצט איז די בעיבי א רואיגע זיסע קינד וואס שפילט זיך שיין און שלאפט אליין איין .
אן אינטערעסאנטע מעשה וואס איר האט בייגעוואוינט ?
א מאמע פון א צען חדשים ' דיגע צווילינג האט מיר אנגערופן היסטעריש אז אירע בעיביס וועקן זיך אויף צוויי מאל א נאכט פאר באטיס , קומט אויס אז זי האט ממש נישט קיין נאכט … עס האט אויסגעזען אזוי קאמפליצירט אבער פשוט נאכ ' ן איר
134 SHOPPERS ROUTE December 4 , 2024