אינטערוויו
אינטערוויו
אז מיין קינד שלאפט . שלאף איך .
יישר כח מרת בערגער פאר ' ן אוועקגעבן פון אייער טייערע צייט היינט . צי קענט איר זיך פארשטעלן פאר די ליינער ?
א גוטן טאג , איך הייס רחי בערגער און איך בין שטאלץ צו זיין א אידישע מאמע צו מיין ליכטיגע שטוב און קינדערליך . איך בין אויך א sleep coach און איך האב שוין געהאלפן אסאך מאמעס מיט זייערע בעיביס . מיין ביזנעס רופט זיך " Lull-a-Baby ".
וויפיל יאר טוסטו שוין אין די פעלד ? בערך אכט יאר צו גוטן ב " ה .
וואס האט דיך צוגעברענגט אריינצוגיין אין דעם ?
נאך מיין ערשטע בעיבי , וואס איז געווען א אינגל . האב איך נישט געהאט נישט קיין טאג און נישט קיין נאכט , אזוי ווייט אז איך האב אים כמעט ארויפגעלייגט אויף מעדעצין פאר . reflux
מ ' האט אים ממש נישט געזען זיין רואיג און צופרידן . דאס האט אנגעהאלטן ביז ער איז געווען דריי וואכן . דאן האב איך אנגעהויבן טון ריסערטש און ליינען איבער די נושא פון " בעיבי שלאף ".
וויאזוי האסטו געהאט די קאפ און צייט צו ליינען דעמאלטס ?
עס איז געקומען צו א מצב וואס כ ' האב שוין נישט געהאט וואס צו פארלירן … כ ' בין געווען זייער desperate פאר א טויש . מ ' האט אכטונג געגעבן אויף מיין בעיבי פאר עטליכע שעה און כ ' האב אנגעהויבן מיט איין בוך . איך האב עס דורכגעליינט אין איין שאס און ס ' האט זייער גערעדט צו מיר . כ ' האב נאכגעפאלגט יענע מהלך און ביז צוויי וואכן איז מיין קינד געווען נישט צום דערקענען . ביי די פינף וואכן איז ער געווען ממש א צדיק ' ל !
עס גלייבט זיך נישט ! קענסטו זאגן וואס
יענע בוך איז אין קורצן ? די מהלך אינעם בוך איז געבויט אויף צוויי יסודות . לייגן די בעיבי אויף א סדר , ער זאל האבן א רוטינע . אויסלערנען צו איינשלאפן אליין .
די צוויי זאכן זענען אלעמאל א יסוד ווייל אזוי ווייסט די בעיבי וואס קומט נאכדעם און איז במילא רואיגער , און אויך ווייל אזוי פארשטייט מען וואס די בעיבי וויל און פארוואס ס ' וויינט .
שפעטער ווען זאכן זענען געפאלן אין פלאץ מיט מיין בעיבי האב איך זיך מער אריינגעטון און אלעס ארום sleep training און איך האב ברייט שטודירט די פעלד .
נאכ ' ן האבן אלע ידיעות אין באזיץ האב איך נישט געקענט צוקוקן ווי אנדערע מאמעס מוטשענען זיך מיט זייערע קינדער , ווען איך האב די שליסל אין מיינע הענט זיי צו העלפן . איך האב זיך דאן אנגעטראגן צו העלפן מיינע נאנטע , פשוט אלץ טובה .
איך בין אויך געווען די מאמע וואס די קינדער זענען אלעמאל געשלאפן אין צייט און געווען אויף א סקעדועל . פיל מענטשן האבן מיך געפרעגט וויאזוי איך באווייז עס און אסאך האבן מיר געבעטן הילף צו שטעלן זייער שטוב אין פלאץ .
אזוי האט זיך עס פארשפרייט פון מויל צו אויער …
ס ' איז אינטערעסאנט אנצומערקן אז די מענטשן וואס איך האב גע ' אפפער ' ט צו העלפן , דאס מיינט אז ס ' איז געקומען פון מיין זייט , האב איך נישט געקענט העלפן .
און פון די אנדערע זייט , די וואס האבן געבעטן הילף האב איך יא געקענט העלפן מיט הצלחה .
דאס האט מיך געוויזן א שטארקע פונקט אז מ ' קען נאר העלפן א מענטש אויב יענער וויל זיך אליינס העלפן …
צי קענסטו מסביר זיין וואס מיינט א sleep ? coach
December 4 , 2024 SHOPPERS ROUTE 135