12 4 24 | Page 133

געבן די זיכערקייט און חיזוק אז אירע בעיבי ' ס קענען באמת דורכשלאפן די נאכט און אויך אז שלאף איז א פונקציע פון די מח און נישט פון די בויך ( דאס מיינט אז זיי זענען נישט הונגעריג אינמיטן נאכט ) האט זיך אלעס ארומגעטוישט און אירע נעכט זענען געווארן
רואיג און געשמאק .
איר זאגט אין אנדערע ווערטער אז ווען בעיביס וועקן זיך אויף איז עס נישט פון הונגער . אויב אזוי איז וואס דען ברענגט א בעיבי זיך אויפצווועקן ?
צווישן שלאפן cycles קוקט די בעיבי ' ס מח אויב אלעס איז די זעלבע ווי ווען מ ' איז געגאנגען שלאפן .
למשל , אויב איז זי איינגעשלאפן דורך די מאמע ' ס וויגן , טראכט די בעיבי אומבאוואוסטזיניג צווישן איין cycle און די צווייטע " איז אלעס די זעלבע ?" און איר ענטפער איז , " ניין , ווייל די בעטל שאקלט זיך נישט " און דאס קען ברענגען א בעיבי צו וויינען .
( און נעמט אין אכט אז א שלאף cycle נעמט בערך א האלבע שעה )
אויך , אויב עפעס פונאינדרויסן וועקט אויף די בעיבי , א שטייגער ווי א גערודער , אנצינדן א לעקטער א . ד . ג ., און די בעיבי ווייסט נישט וויאזוי צוריק איינצושלאפן אליין , קען עס זיך פולקאם אויפוועקן און דארפן צוקומען צו די מאמע צו העלפן צוריק איינשלאפן .
אויב אבער די בעיבי איז sleep trained קען זי צוריק איינשלאפן אן עמיצער זאל אפילו אויפכאפן אז זי איז אויף געווען .
קען זיך א בעיבי נישט אויפוועקן פשוט צוליב ווייטאג ?
דאס קען אויך זיין , אבער ס ' איז אן אנדערע סארט געוויין . ס ' הייבט זיך גלייך אן הויך מיט א געשריי און ס ' לאזט נישט נאך .
וואס איז אייער מיינונג ווילאנג מ ' מעג לאזן א בעיבי וויינען ?
לויט א דעת תורה וואס איך האב באקומען מעג מען
לאזן א קינד וויינען מערסטנס פינף מינוט אין איין צי , אויב ס ' איז פאר די קינד ' ס טובה . מער פון דעם איז אכזריות . ( מ ' קען אבער אריינגיין אין שטוב יעדע פינף מינוט און פרובירן צו בארואיגן )
פאר וועם איז דיין coaching געמאכט ?
פאר סיי וועלכע אידישע מאמע וואס איז נישט צופרידן וואיזוי זאכן זענען יעצט און זי וויל זען א טויש צום גוטן … ס ' איז א שטיקל ארבעט , מ ' דארף באמת ווילן און האלטן דערביי .
איז sleep training נישט שווער אויפ ' ן קינד ?
פונקט פארקערט . אונזער מהלך איז דווקא צו גיין מיט ' ן קינד און נישט אנטקעגן דעם קינד . ס ' איז שווער פאר א בעיבי צו זיין off סקעדועל און ס ' איז גרינג און זיס פאר זיי צו זיין . on schedule
ווילאנג נעמט די ? sleep training
ווי יונגער די קינד איז , אלץ גרינגער . אבער אפילו גרויסע בעיבי ' ס דארף נישט נעמען מער פון צוויי וואכן , אויב די מאמע טוט איר ארבעט …
צי ארבעט עס אויף אלע בעיביס ?
אבסאלוט יא . וואלסט מיר בעסער געדארפט פרעגן אויב ס ' ארבעט אויף אלע מאמעס …
וואס הייסט ? צי קענט איר זיך בעסער מסביר זיין ?
ס ' ווענדט זיך אין וויפיל די מאמע איז גרייט צו אינוועסטירן . יעדע גוטע זאך קומט מיט יגיעה און דער עיקר דא איז . consistency
וואס איז די בעסטע חלק פון אייער ארבעט ?
די גוטע געפיל פון העלפן אידישע מאמעס צוריק באקומען זייער לעבן ! זיי צו העלפן בויען דורות און זיי זאלן הנאה האבן בשעת ' ן בויען …
December 4 , 2024 SHOPPERS ROUTE 133