12 4 24 | Page 132

וועלכע חלק פון אייער ארבעט קען זיין שווער ?
ווען מאמעס געטרויען זיך נישט , און לאנען זיך אן אינגאנצן אויף מיך . אנשטאט צו נוצן די אייגענע שכל וואס השי " ת האט זיי געגעבן פרעגט מען וואס צו טון ביי יעדע קלייניגקייט .
עס איז ווי איינער סיינט זיך אויף און וויל איך זאל טון די גאנצע ארבעט אנשטאט זיי …
מיין ארבעט איז צו הלעפן פאר ווער ס ' וויל זיך העלפן . ( ס ' שטייט עזוב תעזוב אמו-‏ דאס מיינט מ ' דארף יענעם העלפן אויב יענער טוט אויך )
וואס זענען די בענעפיטן פאר די בעיבי דורך נוצן אייער מהלך ?
אסאך ! די בעיבי איז צופרידן און פילט אז זי איז אין גוטע הענט . עס שלאפט גרינג איין , פאר לאנגע stretches און עס איז א גוטע קוואליטעט שלאף . די בעיבי עסט גוט , שפילט שיין און איז רואיג . די שטוב האט זיך נישט אפגעשטעלט וועגן די בעיבי נאר ס ' קען ווייטער פארן און מ ' קען הנאה האבן פון דאס קינד !
קענט איר געבן אפאר גוטע טיפס פאר די Shopper ' s Route מאמעס אויסצופירן ?
גערן . קודם , וואס איז וויכטיג צו וויסן פאר מאמעס פון א ניי געבוירן קינד : ניי געבוירענע קינדער זענען זייער סענסיטיוו צו די ארומיגע environment ווען ס ' איז דא צופיל גערודער אדער ס ' טוט זיך ארום זיי שטערט עס זיי . אפילו ס ' זעט אויס ווי די בעיבי שלאפט , שלאפט עס נישט , נאר עס plugged זיך אויס ווייל דאס קינד קען עס נישט פארנעמען . מ ' קען זיך וואונדערן פארוואס די בעיבי וויינט נאכדעם און מ ' ווייסט נישט וואס דאס קינד וויל די אמת איז אבער אז די בעיבי איז נישט געשלאפן און איז יעצט פשוט
. overtired
מיינט דאס אז מ ' זאל פארמיידן א בעיבי פון , overstimulation צום ביישפיל , ביי די קינד ' ס וואכטנאכט ,
ברית , פדיון הבן , קידוש … זאל זיך נישט טון צופיל ארום אים / איר ?
הונדערט פראצענט ! מ ' זאל פרובירן ווי ווייט מעגליך .
נאך א טיפ : מ ' זאל ארויסקוקן פאר צייכענעס ווען די בעיבי הייבט אן ווערן מיד און נישט ווארטן ביז די בעיבי וויינט פון מידעקייט ווייל דעמאלטס וועט עס זיין שווערער צו לייגן שלאפן .
ס ' לוינט זיך נישט צו שלעפן א בעיבי מיטן זיין אויף לענגער כדי די בעיבי זאל שלאפן בעסער ווייל עכט איז פונקט פארקערט , ווייל ווען א בעיבי איז צו מיד מאכט עס נאר שווערער איינצושלאפן און צו בלייבן שלאפן .
וואס זענען געווענליכע מידע סיגנאלן ?
געניצן , רייבן די אויגן , נישט ווילן שפילן אויף די ערד , שרייען , קוועטשן , אויפמאכן די אויגן זייער גרויס , ווערן נישט , focused שאקלען די הענט און פיס אומרואיג-‏ און אויב מ ' כאפט עס נישט גלייך אויף , דאן וועט דאס קינד וויינען .
יעדע קינד איז א וועלט פאר זיך , אז מ ' האלט די אויגן אפן וועט מען זען וויאזוי די ספעסיפישע קינד ווייזט ארויס מידעקייט .
וואס קען געשען אויב די בעיבי איז אלעמאל מיד און נישט אויף א סקעדועל ?
אז די בעיבי שלאפט נישט גענוג און איז נישט אויסגערוהט דאן אפעקטירט עס די בעיבי ' ס גיסטע , שפילן און זיין גאנצע וועזן . פארשטייט זיך אז דאס אפעקטירט אויך טאטע מאמע און משפחה . טראכט פון דיר ווען דו ביסט זייער זייער מיד …
לאמיר בעסער נישט רעדן דערפון …
וויאזוי איז א גוטע וועג צו לייגן שלאפן א בעיבי ?
די בעסטע וועג איז צו אויסלערנען די קינד צו איינשלאפן
132 SHOPPERS ROUTE December 4 , 2024