11 6 24 | Page 154

אפיס טראכטנדיג איצטער וועט ער דאך זיכער שנעל קומען אפנעמען דאס געלט , ער מאכט אלעס גרייט אז יענער זאל נישט דארפן צו לאנג ווארטן , אבער ער ווארט און ווארט און דער ארעמאן איז נאך אלץ נישט אנגעקומען , טראכט דער גביר , וואס קען איך מער טון ? איך האב אים געוואלט העלפן מיט אזא גרויסן סכום געלט , אבער יענער קומט נישט , איז פארפאלן עס איז יענעמס שולד .
מיר ווינדערן זיך זייער שטארק אויף די נארישקייט פון אזא מענטש ; אבער מיר פארגעסן , אז מיר אליין באגיין א ענדליכע נארישקייט טאג טעגליך . מיר בעטן יעדן טאג אז דער באשעפער זאל אויף אונז רחמנות האבן , מיר זאגן ביים דאווענען , " אבינו אב הרחמן המרחם רחם עלינו " מיר שרייען , דו ביסט אונזער טאטע , דערבארעמדיגער טאטע האב אויף אונז רחמנות , '' ותן בלבנו בינה להבין ולהשכיל וכו ', והאר עינינו בתורתך וכו ''' גיב אונז שכל און פארשטאנד אז מיר זאלן פארשטיין די תורה , מיר בעטן ווייטער , טו אונז דערלייכטן אונזערע אויגן אין תורה , טו איינציגן אונזערע הערצער אז עס זאל זיין באשטומט נאר צו דינען דעם באשעפער מיט יראה און אהבה , דער באשעפער וואס וויל אונז דאך זייער העלפן , ענטפערט אונז , גיט , ביסט א געהאלפענער , איך וועל דיר נאכגעבן אלע דיינע פארלאנגען , דיין הארץ גייט ווערן אנגעפילט מיט חכמה , דו וועסט קענען פארשטיין די תורה , דיינע אויגן וועלן לייכטן אין די תורה , דיין הארץ וועט קאכן און שטרעבן נאר צו דינען דעם באשעפער , אלע דיינע בקשות גייען ווערן הונדערט פראצענט ערפילט , גארנישט ווערט נישט אויסגעלאזט , נאר דו דארפסט קומען צו די באשטומטע צייט עס אפנעמען .
ווי דארף מען גיין אויפפיקן די אלע גיטע בקשות ? דער באשעפער האט אונז אנגעזאגט אז מיר זאלן מאכן א באשטומטע צייט ווען מיר זאלן קומען יעדן טאג אין בית המדרש לערנען די תורה , און די זעלבע זאך זאל מען אויך מקיים זיין אלע זיינע מצות , דאן וועסטו טרעפן אז אלע דיינע בקשות וועלן ערפולט ווערן .
אבער ליידער וואס געשעט מיט אונז ? מיר פוילן זיך צו קומען אין דע באשטימטער צייט , דער באשעפער ווארט אויף אונז יעדן טאג און מיר קומען נישט אן . דער באשעפער זאגט פאר דעם נביא '' מדוע באתי ואין איש , קראתי ואין עונה ?'' שרייט אויס דער נביא בשם ה ' - '' פארוואס בין איך געקומען און קיינער איז נישט דא ?'' און אזוי גייט דאס יעדן איינציגן טאג , מיר בעטן די אלע גיטע ברכות , דער גיטער באשעפער שטייט גרייט און ווארט אויף אונז אז מיר זאלן עס קומען אפנעמען , אבער ליידער ביי דעם בלייבט
עס , לאמיר נישט זיין אזוי ווי יענער פארשעמטער ארעמאן , פון ראש חודש אלול ביז שמחת תורה האבן מיר יעדן טאג צוויי מאל , לדוד ה ' אורי וישעי , ווי מיר האבן געזאגט די הארציגע תפלה אחת שאלתי מאת ה ' אותה אבקש שבתי בבית ה ' כל ימי חיי , מיר בעטן איין איינציגע בקשה , אז מיר זאלן זוכה זיין צו זיצן אין בית המדרש און זען די ליכטיגקייט פון באשעפער , לאמיר עס מיט נעמען אהיים , וועלן מיר זיכער זוכה זיין צו די אלע גיטע ברכות .
הודו לה ' כי טוב ! א בקשה אויף ווייטער !
געלויבט דער באשעפער אז עס איז פארמערט געווארן זייער אסאך לומדי " שמירת הלשון " א דאנק די שיינע " שמירת הלשון ליין " ווי מען קען אריין ריפן פון די גאנצע וועלט 24 שעה א טאג און מען דערקוויקט זיך מיט די אלע הערליכע שיינע שיעורים , און אז מען לערנט די הלכות איז מען אן אפגעהיטענע איד , און די מצות דערפרייען דעם מענטש , דעריבער פילן זיך אידן דערהויבן און פרייליך מיט יעדע איינציגע מאל וואס זיי טוען ביישטיין דעם נסיון פון רעדן לשון הרע .
דער אפקלאנג צו האבן די זכיה וואס טויזנטער אידן לערנען איין טאג שמירת הלשון !
ישראל קדושים הם : דאס אלעם קען נאר דורכגעפירט ווערן אדאנק די נדבנים וואס האבן זיך ערוואבן א זכות אין דעם גרויסן פראיעקט פון די " שמירת הלשון ליין " מיט רעכט פילן זיי זיך גליקלעך אז זיי האבן זיך ערווארבען דעם זכות פון פארשפרייטן שמירת הלשוןאויף די גאנצע וועלט , פונקט אזוי קענט איר אויך זיין פון די גליקליכע נדבנים וואס קויפן זיך איין זכותים אין דעם פראיעקט . ריפט אין אפיס
845-774-4314 אדער קענט איר גראד טשארדשן אייער קארלט דורכן סיסטעם .
די גרעסטע טובה פאר א נשמה בעולם העליון !
חז " ל זאגן אז אסאך מענטשן ווערן נכשל אין לשון הרע , טא ווי אזוי קען איך טון א טובה פאר מיינע נאנטע בעולם האמת עס זאל זיין פאר זיי א תיקון אויב זיי זענען נכשל געווארן אין זייער לעבן מיט די עבירה פון לשון הרע ?
די גרינגסטע און די בעסטע עצה !
די שענסטע זאך וואס מ ' קען טון לעי " נ פון די משפחה איז צו ווערן א שותף און אונזער הייליגע ארבייט צו פארשפרייטן לימודים און שמירת הלשון !
שטרעק אויס דיין האנט - ווער א שותף שמירת הלשון ביי דיינע נאנטע און באקאנטע !
154 SHOPPERS ROUTE November 6 , 2024