11 6 24 | Page 155

בעזרת השם יתברך

שמירת הלשון

באשריבן און בארבייט דורך מכון באהלי צבי - 845.774.4314
קוים אריבער נאר עטליכע וואכן פון ווען מיר זענען געשטאנען אין די טעג פון דין ומשפט , דעמאלט האט יעדער געהאט אמת ' דיגע הרהורי תשובה , יעדער האט געטראכט הלוואי מען זאל קענען פטור ווערן פון די שווערע פעקלעך עבירות , ספעצויעל איז מען געווען פארנומען מען זאל איבער בעטן די מענטשן וואס מען האט געטשעפעט , מען האט אמת ' דיג געטראכט וואס האט מיר אויגעפעלט די אלע ביטערע דיבורים וואס מען האט ווי געטון פארשידענע מענטשן , יעדער האט זיך פארגענומען אז מען זאל זיין מער געווארנט אכטונג צו געבן אויף די כבוד פון מענטשן .
מיט נעמען מיט זיך אונזער תפילות !
דער נביא זאגט שובה ישראל עד ה ' אלוקיך , קחו עמכם דברים ושובו אל ה '. ( הושע ב '( פלעגט דער חפץ חיים זאגן אז אונזער תפילות צו השי '' ת פארגעסן מיר אין שוהל און מיר נעמען זיי נישט מיט אהיים מיט זיך . אבער אויב מיר ווילן באמת תשובה טון , האט אונז דער נביא הושע געזאגט : " נעמט זשע מיט די ווערטער מיט זיך אהיים און טוט תשובה צום באשעפער ''. דאס הייסט , מיר זאלן נישט איבערלאזן אונזערע תפילות בלויז מיט רעדן , נאר מיר זאלן מיטנעמען אלע אונזערע ווערטער און אלע גיטע קבלות און זיי עכט פארווירקליכען אין לעבן , ווייל דער באשעפער זיכט אונז צו העלפן .
דער חפץ חיים האט עס מסביר געווען מיט א משל , אן ארעמאן וואס האט זיך געפלאגט מיט גאר אסאך שוועריקייטן , און זעט נישט פאר זיך קיין אויסוועג , טראכט ער ביי זיך ווען איך וואלט ווען יעצט געהאט צען טויזנט דאלער , וואלט איך זיך ווען געקענט אביסל שטעלן אויף די פיס , איז ער אבער געווען געפערליך געדרוקט אין געלט , דרייט ער זיך ארום דערביטערט און צוקלאפט נישט וויסנדיג פון ווי ער קען אנקומען צו עפעס א ישועה , ער גייט ארויס אין די גאס בעטענדיג דעם באשעפער ער זאל אים צושיקן עפעס א ישועה פון הימל , אזוי גייענדיג פארטראכט אין זיין מצב , האט
ער אנגעטראפן א באקאנטן גביר אין די גאס , גייט ער צו צו אים און הייבט אים אן אראפ צו לייגן זיין שווערן ביטערן מצב , און בעט אים אז ער זאל טון מיט אים עפעס א ספעצויעלע גרויסע גמילות חסד ער זאל אים בארגן א גרויסן סכום געלט , דער גביר הערנדיג דעם גרויסן סכום געלט וואס דער ארעמאן בעט פון אים , האט ער קודם נישט געהאט קיין חשק אים צו בארגן אזא גרויסן סכום געלט , ווער ווייסט צו יענער וועט עס אים אפגעבן ? אבער דאך , זעענדיג די גרויסע צרה אין וועלכע דער ארעמאן געפינט זיך , האט ער געטראכט אז ער וועט זיך אנשטרענגען אים צו העלפן כדי ער זאל אים ארויס שלעפן פון זיינע גרויסע שוועריקייטן , דער גביר זאגט אים , גיט , איך וועל דיר טון די גרויסע טובה , קום אריבער צו מיר אין אפיס , צו די באשטומטע צייט , וועל איך ערפולן דיין גרויסע בקשה .
דער ארעמאן באדאנקט זיך זייער שטארק און האט נישט קיין ווערטער ווי אזוי ארויס צו דריקן זיין שמחה , אין די באשטומטע צייט גייט דער גביר צו זיין אפיס , פילנדיג ביי זיך אז ער גייט יעצט טון אזא גרויסע מצוה , זיצט דער גביר ביי זיך אין אפיס אנגעגרייט מיטן גאנצן געלט און ווארט אויפן ארעמאן אז ער זאל זיך באווייזן , אבער דער ארעמאן האט זיך נישט באוויזן , פארפאלן דער גביר קען אים נישט אזוי לאנג אויסווארטן , גייט ער אהיים און וואונדערט זיך וואס איז דא געשען פארוואס איז דער ארעמאן נישט אנגעקומען נעמען דאס געלט , ער האט עס דאך געדארפט אזוי וויכטיג ?
אויף צומארגנס גייט דער גביר אין די גאס , האט אים דער ארעמאן נאכאמאל באגעגנט און הייבט ווידער אן צו שילדערן זיין גאנצן שווערן מצב , און בעט זיך ביי אים געוואלד רחמנות , אז ער זאל אים ארויס שלעפן פון זיין שווערן מצב .
האט זיך דער גביר אנגעבייזערט אויף אים : '' כ ' האב דאך נעכטן געווארט אויף דיר אזוי לאנג , פארוואס ביסטו נישט געקומען ? קום היינט אווענט צו מיר אין אפיס , וועסטו קריגן וואס די פארלאנגסט .
אין אווענט גייט דער גביר נאכאמאל צו זיין
January 4 , 2023
נתפרסם להצלחת יואל בן העניא
November 6 , 2024 SHOPPERS ROUTE 155

3